נצא השדה: נגידי טשעאנביל לעבן מיט געהויבענעם שבת "בצילו חמדתי" מיט האד' מטשערנאביל אין דאוואס שווייץ
- Bechatzros admin
- 6 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 6 במאי
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ח' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

א גרויסן ציבור נגידים, חסידי וידיד בית טשערנאביל האבן פארגאנגענעם שבת פרשת תזריע טהרה, מיטגעהאלטן א שבת מרומם בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, אינעם שטעטל דאוואס אויף די שווייצע בערג.
מיט א האלבע יאר צוריק איז אפגעראכטן געווארן די ערשטע אזא שבת אין דאוואס, מיוחד פאר די נגידי ותומכי המוסדות, און די אויסטערלישע הצלחה איז אצינד אפגעהאלטן געווארן נאך א שבת אין וועלכן עס האבן זיך אנגעשלאסן פרישע צענדליגער נגידים פון אלע עקן וועלט.
דער רבי שליט"א האט געפראוועט אלע תפילות און טישן בצוותא חדא אינאיינעם מיט די נגידים, ביי די סעודות שבת האט מען זיך דערקוויקט מיט די דברי פי חכם חן דורכן נואם השבת הגה"צ רבי מרדכי גרינפעלד שליט"א אבד"ק וויזניץ אנטווערפען, און מוצאי שבת איז פארגעקומען די צענטראלער דינער און סעודת מלוה מלכה ביי וועלכן דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרי שותפות מיט די נגידים משתתפי השבת.
דער רבי שליט"א וועט פארבלייבן אין דאוואס אויף אפרוה ביז ענדע וואך, אין די קרעסטא האטעל אונטער די אייגנטומערשאפט פון משפ' האלפערט הנכבדה.







תגובות