top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן חסידים מיטגעהאלטן געהויבענע חתונה בחצר הקודש מונקאטש | ברייטע דעקונג

דינסטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט א רגש של שמחה האבן פילע מונקאטשער חסידים מיטגעלעבט די גרויסארטיגע רבישע חתונה פון הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן אין עיר ואם בישראל בארא פארק בסימן טוב ובמזל טוב.

בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן בן כ"ק אדמו"ר מבאסטאן פלעטבוש שליט"א איידעם פון הגה"צ אב"ד עטשעד שליט"א, מיט די כלה בת קדושים אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, בת לחתנו הגה"צ רבי יוסל הורוביץ ראש הכולל מונקאטש. צו די באשטימטע צייט איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול מיט די חתן און שושבינין צום מעמד קבלת פנים, די רבי האט געצינדן זיבן לעכט כנהוג, און מען האט געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות מיט גרויס דערהויבנקייט.

דברי חרוזים האט מען געהערט פון דעם בארימטן בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער וועלכער האט בין הדברים אויסגערעכנט די הייליגע זיידעס וואס קומען זיך משתתף זיין, און דערביי ארומגערעדט איבער די פילע ישועות אין וואס אידישע קינדער נויטיגן זיך אין דעם זמן. דערנאך האט דער רבי שליט"א כמנהגו משמיע געווען דברות קודש, און מעורר געווען די חתן און די משתתפים לתשובה ותיקון המעשים, און ארויסגעברענגט די פילע ישועות אין וואס כלל ישראל איז געוואנדן, און בפרט די גרויס ווייטאג פונעם שווערע מצב בארצינו הקדושה, לבי לבי על חלליהם מעי מעי על חלליהם, און אויסגעפירט מיט ברכות קדשו לרוב. נאכן באדעקן איז אפגעראכטן געווארן די מעמד החופה אויפן גרויסן באדן פארנט פון זאל וועלעכע איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער משתתפים וואס האבן מיטגעהאלטן דעם התעוררות'דיגן מעמד. די קאפעליע מנגנים האבן פָארגעזינגן די ניגוני התעוררות פון הצדיקים הק' לבית מונקאטש און גדולי תלמידי הבעש"ט הק', מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, עדי קידושין זענען געוועהן הרה''ג צבי משה ציגלהיים דומ''ץ מונקאטש, אין הרה''ג יהודה לייב שעהנקאפף אב''ד שלהבת קודש פלעטבוש, קריאת הכתובה די פעטער הרה"ג ר' יהושע הורוויץ אב"ד אונדסדארף, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקווה, הגה"צ רבי ברוך אברהם הורוביץ ראש ישיבת באבוב, הרה"ג ר' יצחק מאיר בערנשטיין, און הגה"צ רבי מרדכי געלבער רב חסידי מונקאטש אין בני ברק, ברכה אחריתא די זיידע הגה"צ אב"ד עטשעד שליט''א. נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד השמחה הרוממה אויף דעם נייעם ניגון "מהרה השם ישמע", פארפאסט לכבוד די שמחה דורכן רבי'ן שליט''א, די רבי האט דאן משמיע געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און דערביי געבעטן פונעם ציבור מתפלל צו זיין אין דעם עת רצון לרפואתו השלימה פונעם ברודער כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א מרן יצחק יעקב בן חיה פרומא רבקה לרפואה שלימה.


נאכן מעמד החופה איז דער עולם אריין אינעם גרויסן זאל, ווי עס איז געווען צוגעגרייט מיט הונדערטער זיץ פלעצער, און זיך געוואשן צו די סעודת החתונה. דער גאנצער ציבור איז ספאנטאן פארגאנגען אין אן התלהבות'דיגען געזאנג אויף מונקאטשער ניגון: "קול רנה וישועה באהלי צדיקים", ווען דער גרויסער זיידע, כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט זיך באוויזן אינעם זאל. די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת החתונה אין גלייך דערנאך האט מען אנטפאנגען דעם חתן, ווי דער ציבור האט ממשיך געווען בשירה ובזמרה לכבוד שמחת חתן וכלה, אין די צייט וואס עס האט זיך געשלענגעלט די לאנגע רייעס פון חסידים אריבער צו גיין געבן "לחיים" פאר כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הגה''צ רבי אהרן ברייש אב''ד בית שאול אין בני ברק א פעטער מצד הכלה, מיט די שבע ברכות זענען מכבוד געווארן הגה''צ אב''ד אודווארי שליט''א, הרה''ג רבי מרדכי לייב ווייס מאוהעל, הרה''צ רבי חיים ברוך לייפער מבישטינא קרית טאהש, הרה''ג רבי אשר יעקב ארגעל פון טאהש אין ברכה אחריתה הגה''צ אב''ד באיאם שליט''א.

נאכן בענטשן האט בדחנא דמלכא הרב נחמן ליווי זיך אויפגעשטעלט אין אויסרופן כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, דער זיידע פון די כלה, מיט הערליכע חרוזים און טרעפליכע רעיונות. גאר געהויבן זענען געוועהן די ריקודין של מצוה, ווען נאך דעם ניגון הכנה "לשם יחוד", האט דער רבי שליט"א מיט גרויסע עבודה און דביקות מפזז ומכרכר געווען בכל כחו ואונו, וואס האט שטארק דערמאנט די עבודת הקודש אין די יונגע יאהרן ווי די רבי איז ארומגעטאנצן דעם זאל מיט אן אש קודש, בפרט בשעתן זינגען דעם נייעם הקפה ניגון אויף די ווערטער וכל מאמינים וואס די רבי האט פארפאסט לקראת ימים הנוראים דהאי שעתה.

דערנאך האט דער בדחן ווייטער אויסגערופן די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים, אנגעהויבן מיטן חשוב'ן מחותן די באסטאנער רבי שליט''א, דערמאנענדיג דעם פרישן חלל מיטן פטירה פונעם באסטאנער רבי זצ''ל פון פלעטבוש שטייענדיג נאך בשנת האבל לפטירתו. נאך די מצוה טאנץ פון חתן וכלה, איז דער עולם זיך צוגאנגען מיטנעמענדיג, שמחה, הנאה און רישומא דקדושה פון דער גייסטרייכער איבערלעבעניש פון דער געהויבענער נאכט.




























































































Comments


bottom of page