top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מראחמיסטריווקא וועט אפרייזן קיין פולין צום הילולא פונעם הייליגן ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע

עודכן: 19 במרץ

מיטוואך פ' ויקהל • י"ט אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך


אין בעפארברייטונג צום יומא דהילולא קדישא פונעם רבן של ישראל הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן פרייטאג ערב שבת קודש פרשת ויקהל כ"א אדר, ווערט געמאלדן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, אז ווי יאר יערליך וועט דער רבי שליט"א ארויספארן צום הייליגן שטאט ליזענסק לפקוד על ציונו הקודש ביומא דהילולא להיפקד בדבר ישועה ורחמים, און דערנאך פראווען א געהויבענע שבת קודש אין שטאט ליזענסק, סמוך ונראה צום ציון הק', במעמד פילע חסידים ומעריצים וועלכע וועלן זיך באטייליגן מיטן רבינ'ס נסיעה.


דער ראחמסטריווקא רבי שליט"א איז ווי באקאנט גאר שטארק אדוק ומקושר צו הרה"ק ר"ר אלימלך זי"ע, און כמעט יאר יערליך טוט דער רבי שליט"א פארן קיין ליזענסק צום הילולא קדישא פוקד צו זיין דעם ציון הקודש. אויף היי יאר וועט דער רבי שליט"א ארויספארן פון ארץ ישראל מארגן ליל ששי פרשת ויקהל, און וועט דערגרייכן קיין שטאט ליזענסק ערב שבת קודש ביומא דהילולא באשמורת הבוקר. אין לויף פונעם טאג - בעצם יומא דההילולא וועט דער רבי ארויפגיין צום ציון און מעריך זיין דעם שולחן הטהור לכבוד ההילולא. ווי געזאגט וועט דער רבי פארבלייבן אין ליזענסק איבער שבת, זייענדיג צוגאסט אינעם בנין הכנסת אורחים בראשות הר"ר שמחה קרקובסקי הי"ו, וואו עס וועלן פארקומען די תפילות און שוה"ט דורכאויס שבת.


זונטאג נאכמיטאג וועט זיך דער רבי ארויסלאזן אין וועג, צוריק קיין ארה"ק, מיט פילע זעק ישועות ורפואות בזכות דעם הייליגן בעל הילולא זכותו יגן עלינו.

Comments


bottom of page