top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד לב אהרן אין מאנסי

  • לפני 16 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תצוה • ח' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט איז פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן די מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פון נייעם סאטמארער ביהמ"ד לב אהרן אין מאנסי וואס איז דעם שבת געעפענט געווארן לשמחת לב תושבי העיר ובפרט צווישן תושבי שכונת וועסט מעיפל נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו, די מעמד איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס דער ביהמ"ד איז נקראת על שמו ועל ספריו הקדושים.


ביים אנקומען איז דער רבי ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף די פראכטפולע מקוה, חדרי התפילה, בית הוראה, און די שמחה זאל וואס איז געבויעט געווארן פאר די תושבי השכונה, דערנאך איז דער רבי ארויף און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג צום ביהמ"ד. נאכן מעמד קביעת מזוזות האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד.


דאן האט נאכגעפאלגט א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ספר תורה דורכן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק צום נייעם ביהמ"ד, נאכן זינגען ניגוני התעוררות א לענגערע וויילע, האט מען אריינגעברענגט די ספר תורה און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות.


דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אב"ד ור"מ סאטמאר מאנסי, פארן נדבן הביהמ"ד ר' הערשל ובני משפחתו, און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בדרוש ואגדה און ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פון די קהלה אין מאנסי מיט אירע פילע בתי מדרשים צושפרייט לענגאויס די שטאט, און דאס נייע ביהמ"ד וואס וועט אי"ה זיין א שיינע רינגעלע אין דעם הערליכן קייט פון בתי מדרשים מיט אירע ערליכע בעלי בתים.


דער רבי האט מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדיב ר' הערשל הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט אזא שיין ביהמ"ד, און דאס איז חוץ זיינע פילע פעולות לרומם קרן הקהלה, און זיינע פילע פעולות לטובת די ישיבות קטנות אין מאנסי ווי מען בויעט יעצט צו א נייעם בנין פאר די ישיבות, און דער רבי האט ארויסגעפירט מיט ברכות לרוב פארן נדבן ובני משפחתו.


דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די חסידים תושבי המקום זאגענדיג אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות, און מעורר געווען די חסידים נאר צו דאווענען אין היימישע סאטמארע בתי מדרשים און שיקן אין היימישע ישיבות און אזוי זיך קענען האלטן בהשקפה הטהורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור. דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה לקול תרועת השמחה, מיט גלילה איז מכובד אביו הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו, פאטער פונעם נדבן. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה אין די האנט מיט אן אש קודש, און דאן מכבד געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה, און דערנאך די נדבן הנגיד ר' הערשל הי"ו, זיין פאטער ר' מענדל הי"ו, און זיין שווער הרה"ח ר' נפתלי שעהנפעלד הי"ו.


אויפן וועג ארויס האט דער רבי מכבד געווען דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן, אין ביהמ"ד און איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די גבאי ועסקני הביהמ"ד.



bottom of page