top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות החרדית דערציטערט פון פאקטישע ארעסטן פון ישיבה בחורים; אסיפת חירום במעונו פון ראש הישיבת סלאבאדקע

  • Bechatzros admin
  • 6 באוג׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 6 באוג׳

מיטוואך פ' ואתחנן • י''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין די יעצטיגע מינוטן קומט פאר א דרינגענדע אסיפת חירום אין בני ברק אין שטוב פון מרן הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא וממנהיגי עולם התורה, מיט'ן השתתפות פון גדולי העסקנים פון ארץ ישראל און חוץ לארץ דן צו זיין איבער'ן שוידערליכן ארעסט פון בני הישיבה וואס האבן זיך נישט געשטעלט צום טמא'נעם מיליטער, לויט די הוראה פון גדולי ישראל.


ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעשריגן ביים כינוס גדולי עולם התורה אין בני ברק, אז אויב וועט די מדינה נישט נאכלאזן מיט'ן קאמף קעגן די לומדי תורה, וועט מען אויסרופן א מלחמה, און דאס גאנצע יהדות החרדית וועט אינאיינעם לוחם זיין קעגן זיי מיט מסירת נפש.


אצינד ביי די אסיפה אין שטוב פונעם ראש ישיבה ווערט אויפגעשטורעמט דער מצב הנורא וואס פירט אריין דאס יהדות החרדית אין א היסטארישע תקופה בקורות עם ישראל, ווען דער גאנצער כלל ישראל, אלע שיכטן און קרייזן, גייען ארויס אין א פייערדיגן מלחמת קודש אשר לא היתה כמוהו.


אויך צווישן די ספרד'ישע קרייזן איז דערקלערט געווארן א מלחמת חרמה קעגן די מדינה, ווען די ש"ס פארטיי האט ארויסגעשטעלט אן אפיציעלע דעקלעראציע אז "דאס יהדות החרדית גייט ארויס אין א מעכטיגן קאמף וואס כלל ישראל האט נאכנישט געזען און וועט אויפרודערן תבל ומלואה, די פאליציי האט ספעציעל אויסגעווארט אויף די ימי בין הזמנים, צו קענען דורכפירן ווי מער ארעסטן אויף בני תורה, היה לא תהיה".

bottom of page