האד' מגור אומגעפאלן שבת אין מושב אורה; רעזולטאטן פון אונטערזוכונג ווייזט בראך ארום דעם אקסל
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
מוצאי שב"ק פ' ואתחנן • ט"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינט שבת נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אומגעפאלן אין די אכסניא אין מושב אורה וואו דער רבי האלט זיך אויף די יעצטיגער וואכן אויף אפרוה. דער רבי שליט"א האט זיך אנטזאגט אריינצופארן אין שפיטאל אויף אונטערזיכונגען אדער רופן הצלה אום שבת. שבת נאכמיטאג איז דער רבי נישט אריינגעקומען צו מנחה, שלש סעודות און מעריב זייענדיג היבש אפגעשוואכט און אין צוגאב האט זיך דער רבי געליטן פון שמערצן.
הערשט מוצאי שבת האט מען געלאזט רופן א דאקטער צו אונטערזוכן דעם רבי'ן, כאטש אלעס האט אויסגעזעהן כשורה האט ער געראטן דורכצופירן א גרונטליכע סקען, און יעצט אין די פריע פארטאגס שעהן איז אנגעקומען די רעזולטאטן וועלכע ווייזן א בראך ארום דעם אקסל, וואס וועט ווארשיינליך באדארפן באהאנדלט ווערן אין שפיטאל.
אויף די רעקאמענדאציע פונעם דאקטער וועט זיך דער רבי אפרוען די קומענדיגע טעג, און נישט ארויסקומען צו די תפילות און דאס גלייכן וואס טוען אנשטרענגען דעם רבינס כוחות.