נוֹעֲדוּ יַחְדָּו: שיינעם ביקור ניסומין פון האד' מטשערנאביל ביי האד' מבעלזא לכבוד די שמחה בחצה"ק בעלזא
- Bechatzros admin
- 1 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 1 ביולי
דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.מ.ש
נעכטן אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים, ווי די רבי האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לכבוד די שמחה במעון קדשו, די חתונה פון אייניקל ביים בעלזער רב שליט"א וואו דער רבי איז א פעטער ביי די שמחה. דאס קומט אין די צייט וואס די טשערנאבילער רבי שליט"א גרייט זיך אין די נאנטע וואכן ארויסצולאזן אויף א נסיעה צו די קברי אבות אין אייראפע און וויילן שבת אין די גלילות פונעם עיר האבות בעלזא אין אוקריינע.
די באזוך האט זיך פארצויגן פאר אריבער א האלבע שעה, ווי די טשערנאבילער רבי האט געוואונטשן דעם בעלזא רבי'ן לכבוד די שמחה, און די אדמורי"ם האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער תולדות ומנהגי צדיקי בית טשערנאביל. דער בעלזער רב האט דערנאך מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און די אדמור"ים האבן זיך אנגעוואונטשן איש את רעהו מיט פיל ברכות.









תגובות