אמעריקאנער אמבאסאדער צו ארץ ישראל מייק האקאביי עהרנפול אויפגענומען בבתי גדולי ראשי ישיבות אין ארץ הקודש
- Bechatzros admin
- 23 ביולי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 27 ביולי
מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלעזר פיינשטיין
העכסט איינדרוקספולע באזוכן איז היינט אפגעהאלטן געווארן דורכ'ן אמעריקאנער אמבאסאדער צו ארץ ישראל, מיניסטער מייק האקאבי, בבתי גדולי ראשי ישיבות אין ארץ ישראל, וועלכע האבן אים אויפגענומען מיט די העכסטע מאס כבוד המלכות און פארגעלייגט פארשידענע וויכטיגע פעולות העומד על הפרק פאר'ן וואוילזיין פון אחב"י תושבי ארץ הקודש.
די באזוכן איז צושטאנד געקומען דורכ'ן בארימטן מרומם כח התורה איבער די וועלט, הגאון רבי דוד האפשטאטער נשיא מפעל "דרשו", וועלכער האט זיך געטראפן מיט'ן אמבאסאדער נאך תיכף נאך זיין ערוויילונג, און דער אמבאסאדאר האט אים דאן געבעטן אז ווען ער וועט אנקומען ביי די קומענדיגע געלעגנהייט אין ארץ ישראל, זאל ער אראנזשירן באזוכן אין די שטובער פון גדולי ישראל מיט וועם ער וויל פערזענליך דורכרעדן וויכטיגע ענינים וואס ער קען פון זיין זייט זיין בייהילפיג פאר'ן חרדי'שן אידנטום.
אין די לעצטערע וואכן, נאכדעם וואס מר. האקאבי האט געלאזט מעלדן אז ער גרייט זיך אפצורעכטן א באזוך אין ארץ ישראל, איז צוגעגרייט געווארן די באזוכן בבתי גדולי ראשי ישיבות, ווען צוערשט איז דער אמבאסאדער אנגעקומען צום סלאבאדקא ישיבה, און אריבער במעונו פונעם ראש הישיבה מרן הגאון הגדול רבי דוד לאנדא שליט"א, וועלכער האט פארגעלייגט א צאל קריטישע געברויכן פונעם יהדות החרדית, און ספעציפיש אים געהייסן איבערגעבן פאר די הויכראנגיגע אמעריקאנער פירער איבער'ן חשיבות פון שיצן אויף לומדי תורה איבער די וועלט.
צום שלוס האט דער ראש ישיבה געפרעגט הרב דוד האפשטאטער ווי אזוי מ'זאגט "יישר כח" אויף ענגליש, דער ראש ישיבה האט דאס עטליכע מאל איבערגע'חזר'ט, און נאכ'ן דאס קענען גוט ארויסזאגן, האט ער זיך פערזענליך באדאנקט פאר'ן אמבאסאדער אויפ'ן ענגלישן שפראך, אנדערש ווי די גאנצע שמועס וואס איז צוגעגאנגען מיט א דאלמעטשער. דערנאך איז דער אמבאסאדער פארבליבן אין צימער אויף פריוואטע געהיימע געשפרעכן אינאיינעם מיט'ן ראש הישיבה און הרב דוד האפשטאטער.
פון דארט איז דער אמבאסאדער אנגעקומען צום שטוב פון מרן הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, ווערנדיג ענטפאנגען מיט געזאנג דורך הונדערטער בחורים, ובפרט בחורים פון חוץ לארץ, וועלכע האבן חולק געווען כבוד למלכות אויף אן איידעלן פארנעם.
דער שמועס מיט הגאון רבי משה הלל הירש איז אפגעהאלטן געווארן אויף די ענגלישע שפראך, און האט זיך פארצויגן פאר איבער א האלבע שעה. דער אמבאסאדער איז איבערראשט געווארן צו הערן אז דער ראש ישיבה איז גאר א ניו יארקער געבוירענער, זאגנדיג "איך בין דער אמעריקאנער אמבאסאדער פאר ארץ ישראל, און איר זענט דער אידישער אמעריקאנער אמבאסאדער, 'אין' ארץ ישראל"...
דורכאויס דעם שמועס האט מען באהאנדלט פארשידענע וויכטיגע נושאים וואס איז נוגע דער עולם הישיבות, און געשילדערט זיין לאנגיעריגן קשר מיט הרב דוד האפשטעטער און זיינע פראיעקטן צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם איבער די וועלט.














































Comments