top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ ארויסגעלאזט לדרכו צלחה קיין לאס אנדזשעלעס; טייכן טרערן פארגעסן ביי מעמד פרידה ברחובות קרית וויזניץ

זונטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


די גאסן פון קרית וויזניץ האבן היינט מיטגעוויינט ביים זעלטענע און רירנדע מעמד פרידה ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט לדרכו צלחה קיין לאס אנדזשעלעס, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן פאר לענגערע וואכן, דארונטער יו"ט פורים, און דארט דורכגיין א קאמפליצירטע און גורל'דיגע אפעראציע. ווי שוין ברייט באריכטעט האט געהייסן אז אונטערוועגנס וועט זיך דער רבי אפשטעלן אין ניו יארק און באשיינען די חתונה פון אן אור-אייניקל, אויף וואס דער רבי שליט"א האט שטארק משתוקק געווען זיך צו משתתף זיין בראש שמחתו, אבער צוליב די שטארקע חולשה ביים רבי'ן איז דער רבי ארויסגעפארן דירעקט פון ארץ ישראל קיין לאס אנדזשעלעס.


אין די נאכמיטאג שעהן האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיטן רבי׳ן שליט״א גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער האט אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א בברכת הדרך. איידערן פארלאזן ביתו נאווה קודש אין קרית וויזניץ האט דער רבי מפריש געוועהן א סכום הגון פארן קופת הצדקה פון איגוד מוסדות וויזנית לצדקת רבי מאיר בעל הנס, און פארן קופת הקהל פון להחזיקם ולהחיותם.


בשעה 11:00 באנאכט נאכדעם וואס דער רבי האט זיך הארציג געזעגענט פון די בני בית און די נאנטע מקורבים אין שווב איז דער רבי ארויסגעקומען פון מעון קדשו וואו טויזנטער חסידים האבן ארויסבאגלייט דעם רבי׳ן שליט״א, מיט געמישטע געפילן פון האפענונג און בענקעניש האט מען זיך שווער געקענט שיידן פונעם באליבטן רועה נאמן לעדתו. דער רבי שליט"א איז דורכגעפארן די גאסן פון שיכון וויזניץ, רחוב צמח צדיק, אהבת שלום, הר סיני און כהנמן, ביזן הייוועי וואס פירט צום לופטפעלד. קיין אויג איז נישט גלעבליבן טרוקן זעהנדיג די געוואלדיגע חולשה און דעם ספר תורה שרוי בצער, ווי דער רבי שליט"א שטרענגט זיך איבער למעלה מכוחותיו, און טוט מיט א מאור פנים געזעגענען די חסידים.


אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעקומען בטירחא דגופא צו געזעגענען דעם רבי׳ן שליט״א, דער רבי איז צוגעגאנגען צום קאר פונעם וויזניצער רבי'ן וואו די אדמור"ים האבן קורץ געשמועסט און דער רבי שליט"א האט איהם געבענטשט בברכת כהנים מיטן נוסח פון יברכך און געוואונטשן אריכות ימים ושנים טובים. די לופטפעלד פארוואלטונג האט זיך צוגעשטעלט מיט אלע נויטיגע אראנדזשירונגען וואס האט זיך אויסגעפעלט און דער רבי איז ארייגעפארן אינעם טערמינאל וואו ער האט זיך הארציג געזעגענט פון די קינדער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און זיין שוואגער די וויזניצער ראש הישיבה הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א.


איידערן ארויפשטייגן אויפן עראפלאן האט זיך דער רבי געזעגענט מיט ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכער איז אויך ארויסגעקומען פון ירושלים צום לופטפעלד, דער וויזניצער רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט מיטן באיאנער רבי איבער דער ענין פון שמחה אפילו אין שווערע מצבים און דערביי אנגעהויבן דעם ניגון כי בשמחה תצאו, און די רבי'ס האבן זיך געזעגענט איש את רעהו לחיים לשמחה ולשלום.


אין די זעלבדע צייט איז דעם רבינס יונגערער ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אינעם לופטפעלד וואו דער רבי איז מיט א ספעציעלע ערלויבעניש צוגעפירט געווארן ביז ארויף אויפן פליגער, דורך הרב ניסים אלמליח דער אפציעלע רב פונעם לוד לופטפעלד. אויפן עראפלאן האבן די ברודער האדמור"ים שליט"א קורצליך פארברעגנט און זיך דאן גאר ווארעם געזעגענט.


ארום 1:00 באנאכט האט זיך די פליגער געהויבן אין א מזל'דיגע שעה, מיטן רבי'ן אינאיינעם זענען מיטגעפארן עטליכע משמשים בקודש און א מעדיצינישע שטאב, וואס זענען מיטגעפארן מיט'ן עראפלאן רייזע, צו פארזיכערן דאס געזונט און וואוילזיין פונעם רבי׳ן שליט״א, אונטערוועגנס, אז דער אנשטרענגונג זאל ח״ו נישט שאטען לבריאות גופו הטהור. מארגן נאכמיטאג נאך א לאנגע 15 שעה'דיגע רייזע, איז דער פליגער ערווארטעט צו לאנדען אין לאס אנדזשעלעס וואו דער רבי וועט פארוויילן די קומענדיגע וואכן, מיט א תפילה אז אלעס זאל גיין כשורה און דער רבי זאל קענען אהיימקומען געזונט און שטארק בבריאות השלימות.



Comments


bottom of page