top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבעלזא באזוכט ביי גיסו האד' מוויזניץ אין מושב אורה איידער ארויספאר קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה

  • sfbechatzros
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

דעם מוצאי שבת איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען קיין מושב אורה אין די גלילות פון ירושלים, מבקר חולה צו זיין ביים שוואגער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א נאך גאר א שווערן דורכגאנג וואס דער רבי איז דורך אין געזונט. כאטש וואס דער בעלזער רב גייט היינט גאר זעלטן ארויס מגבולות ביתו, האט דער רב שליט"א זיך מטריח געוועהן און זיך אנגעשטרענגט מיט זיינע שוואכע כוחות צו באזוכן ביים שוואגער די וויזניצער רבי און זיך געזעגענען איידער זיין נסיעה - נעכטן זונטאג קיין דייטשלאנד אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען לצרכי רפואה.


א קורצע צייט נאך הבדלה איז דער רב שליט"א ארויסגעפארן קיין אורה, א נסיעה פון קרוב צו א האלבע שעה, דער וויזניצער רבי האט מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט מיט א שמחה גדולה, עס איז אויך געוועהן אנוועזנד ביים באזוך דעם וויזניצער רבינס איידעם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א. דער רב שליט"א האט תיכף זיך נאכגעפרעגט איבערן מצב הבריאות, און איבער די בעפארשטייענדע נסיעה קיין דייטשלאנד, זייענדיג חוקר ודורש אין די פרטי פרטים.


דערנאך איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס וואו דער וויזניצער רבי האט דערמאנט דאס גרויס חביבות וואס דער שוואגער דער בעלזער רב שליט"א האט גענאסן ביים זיידן דער אמרי חיים זי"ע וואס איז געוועהן ידוע לכל, און איז געקומען צום אויסדרוק ווען דער אמרי חיים האט מכבד געוועהן צו דינען אלס בעל תוקע ראש השנה, אזוי האט מען ווייטער אויפגעברענגט זכרונות הוד קדומים פון די געהויבענע ראש השנה'ס אין וויזניץ.


נאכן באזוך וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו צוואנציג מינוט, האט דער בעלזער רב שליט"א גאר ווארעם אנגעוואונטשן דעם וויזניצער רבי'ן א רפואה שלימה, און א דרך צלחה פארן און צוריק קומען געזונטערהייט.

ree
ree

bottom of page