top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ציבור עצום פון טויזענטער אידן מיטגעהאלטן היסטארישע שבת אין וויזניצער הויף אין מאנסי‎

זונטאג פ' משפטים • כ"ה שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


א ציבור עצום פון טויזענטער אידן האבן מיטגעהאלטן א געהויבענע שבת בקרית מלך רב אין שיכון וויזניץ מאנסי, ווען עס איז געווען צוגאסט דער אורח הכבוד מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער האט געפראוועט דעם גאנצן שבת בשבת בני אחים גם יחד, אינאיינעם מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור געסט פון נאנט און ווייט.


ישראל וישראל אשר בהם אתפאר, א קעגנזייטיגע הערצה און אותות חיבה ואהבה האט זיך אנגעזעהן דורכאויס דעם גאנצן שבת, ווען די צוויי רבי'ס האבן זיך מכבד געווען איינער דעם אנדערן ביותרת הכבוד, און מיט א וואונדערליכע ברידערשאפט געפראוועט אינאיינעם. דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט מכבד געווען דעם חשובן גאסט מיט כמעט אלע רעבישע כיבודים דורכאויס שבת, און אזוי אויך מכבד געווען די געסט בנן של קדושים, אייניקלעך פון מרן אדמו"ר מויזניץ, מיט די ניגונים דורכאויס די טישן.


מטעם קהל תורת חיים וויזניץ אין מאנסי איז צוגעשטעלט געווארן פילצאליגע אכסניות פאר די הונדערטער געסט בליעה"ר אין די בניני הקהילה והמוסדות, דער געהויבענער גאסט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז איינגעשטאנען אין די בנין בית המדרש אינעם פראווע צימער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ פון מאנסי, און די סעודת שבת קודש פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט מיט הרחבה אינעם אלטן בית המדרש אמרי חיים.


הויכשטאקיגע פארענטשעס זענען געווארן אויפגעשטעלט אינעם גרויסן היכל הטישן בבנין ביהמ"ד הגדול, א פלאטפארמע פארן אויבן אן, און הונדערטער זיץ פלעצער פאר די זקני וחשובי העדה, אין ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי איז אויך צוגעלייגט געווארן הונדערטער פלעצער פאר די פילצאליגע געסט, און פארענטשעס אויף דרום זייט פאר די בחורי חמד.


ביים זמן הדלקת הנרות זענען ביידע רבי'ס אריינגעקומען אין בית המדרש צום דאווענען, צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יעקב מרדכי האגער אב"ד ויזניץ אלעד, און מרן אדמו"ר מויזניץ איז צוגעגאנגען צום עמוד אויף קבלת שבת, לכה דודי האט פארגעזינגען הנגיד החסיד ר' יעקב פעלדמאן פון בארא פארק, און נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן גוט שבת פאר ביידע אדמורי"ם א לענגערע צייט.


תיכף נאך קבלת שבת נאך איידער גוט שבת זאגן, האט הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, צום ערשט האט ער באגריסט דעם חשובן גאסט דודו הגדול דער ויזניצער רבי שליט"א, און דערציילט מעשה רב ווי זקינו הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אמאל פארן רבי'ן פון ארץ ישראל אז זיינע טירן זענען שטענדיג אפן פאר אים, אפילו אינמיטן נאכט. דערנאך האט ער ממשיך געווען צו רעדן איבער די נייע וועד העירוב אין שטאט מאנסי, נאך וואס דעם שבת קודש איז באשטימט געווארן אלס די שבת היסוד, און דערביי מחייב געווען יעדן איינעם בשליחות הקודש פונעם פאטער דער רבי שליט"א, צו ווערן א חבר אין די נייע עירוב, און זיך משתתף זיין מיט די מינימאלע סכום פון צוועלף דאללער א וואך.


צום באשטימטן צייט א פערטל צו ניין איז שוין די גאנצע היכל הטישן געווען איבערגעפולט מיט טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה, ווען דורכאויס דעם גאנצן טיש האבן געשטראמט טויזענטער אידן נאכאנאנד, און אנגעפולט דעם גאנצן היכל מקצה אל קצה, דורכאויס דעם גאנצן טיש וואס האט געדויערט גאנצע פיר שעה.


דער וויזניצער רבי האט פארגעזינגען די זמירות פאר קידוש און קידוש געמאכט, דערנאך האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי קידוש געמאכט, ווען ביידע רבי'ס הייבן אויף די בעכער איינער פארן צווייטן מיט גרויס כבוד. נאך קידוש האט דער ויזניצער רבי פארגעזינגען והאר עינינו חזן וקהל. נאך די פיש האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי פארגעזינגען כל מקדש, מנוחה ושמחה האט פארגעזינגען הרב החסיד ר' ישראל ראזענבערג, און דורכאויס די טיש האבן די מקהלה פון חסידי ויזניץ געזינגען פרייליכע און ווארעמע ניגונים אויף שבת קודש און קבלת התורה. ביים טיש האט מען צוזאמגעמישט די שיריים פון ביידע רבי'ס און עס נאכדעם פארטיילט פארן ציבור. פאר די תורה האבן ביידע רבי'ס פארגעזינגען א ניגון, און דערנאך האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי געזאגט תורה איבער די גרויסקייט פון שלום און אחדות. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן בנו הגדול פון וויזניצער רבי'ן הרה"ג ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ, און דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט געזאגט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים.


ביים צווייטן טיש האט מען ממשיך געווען מיט שירות ותשבחות א לענגערע צייט, הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעטץ שליט"א גאב"ד קאסא גראנדע האט פארגעזינגען ויהי בנסוע און בריך שמיה, און מרן אדמו"ר מויזניץ האט פארגעזינגען קה אכסוף חזן וקהל בשלהבת אש קודש. ביים סוף טיש האט מרן אדמו"ר מויזניץ פארגעזינגען קה רבון און דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט פארגעזינגען אודה, שליסענדיג דעם טיש מיט די פייערדיגע ניגון ונשגב השם לבדו.


דורכאויס די טיש האבן זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ספרינג וואלי, און א רייע רבנים ודיינים פון שטאט מאנסי. אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון א געדריפלטע אור אייניקל ביי הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און הרה"ק בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל.


שבת אינדערפרי ביים דאווענען איז מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד אויף פסוקי דזמרה ווי יעדע וואך, צו תפילת שחרית שוכן עד איז צוגעגאנגען דער וויזניצער רבי פון מאנסי, און צו הויעך שמונה עשרה צוגעשיקט הרה"ג ר' יצחק ישעי' האגער שליט"א. ביים ליינען האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי עולה געווען שישי, און דער וויזניצער רבי אחרון די עלי' פון די עשרת הדברות.


מיט ראש חודש בענטשן האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי מכבד געווען דעם חשובן גאסט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער האט פארגעזינגען יחדשהו ווי איינגעפירט בחצר הקודש וויזניץ אין ארץ ישראל. דערנאך האט דער וויזניצער רבי געדאווענט מוסף פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת מויזניץ ע"ה, מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל ישועות משה זי"ע.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לרגל עטליכע שמחות ביי די חסידים פון ביידע הויפן, אויך איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבא פון א געדאפלטע אור אייניקל ביי הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, דאפלטע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א שוואגער פונעם ויזניצער רבי'ן שליט"א.


ביים מיטאג טיש אין שפיץ פון ביידע רבי'ס האבן זיך ווידער באטייליגט א ריזן ציבור, מען האט געזינגען סקולענע ניגונים ווארעמע און פרייליכע, און די צוויי רבי'ס האבן זיך צוטיילט מיטן פארזינגען די זמירות, דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי בערגער דומ"ץ קהל צמח צדיק וויזניץ אין מאנסי פארצוזינגען יום שבתון, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים דומ"ץ ויואל משה ד'סאטמאר, אייניקל פונעם וויזניצע רבי'ן שליט"א.


ביים זמן הדלקת הנרות האט מען געדאווענט מנחה, צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב מנחם שלמה האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט מכבד געווען מרן אדמו"ר מויזניץ צו מאכן הגבה, וועלכער האט צוריק מכבד געווען דעם רבי'ן פון מאנסי, ביי שלש סעודות האבן ביידע רבי'ס פארגעזינגען א טייל פון די זמירות, און ביים זמן האט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש אין פארשידענע ענינים.


צוערשט האט דער ויזניצער רבי ארומגערעדט בעניני אמונה, און דערנאך שטארק משבח געווען בכבוד האכסניא, די הייליגע קהילה פונעם גרויסן פעטער דער רבי זצ"ל, וממשיך דרכו בקודש דער וויזניצער רבי בעל אכסניא. דאן האט דער רבי פארגעזעצט די שמועס איבער די שווערע פינאנציעלע עול וואס ליגט אויף זיינע פלייצעס נאכן פארענדיגן דעם נייעם בית המדרש בית ויזניץ, די רבי שליט''א האט ערווענט אז כאטש זיין אייגענעם עולם האט ער מחייב געוועהן גרעסערע סכומים וויל ער נישט דא מחייב זיין דעם עולם מיט א גרויסער סכום געלט, אין דערביי גערופן די היימישע עולם - אלע חסידים פונעם פעטער ווער עס קען, זיך משתתף צו זיין מיטן מינימאלן סכום פון פופציג דאללער, וכל המוסיף מוסיפים לו מן השמים אין מסיים געוועהן בברכת קדשו לרוב פארן גאנצן ציבור.


נאך די תורה האט דער וויזניצער רבי געבענטשט על הכוס און געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געדאווענט מעריב פארן עמוד לרגל די יארצייט פון אמה של מלכות הרבנית הצדיקת ע"ה. דערנאך האבן ביידע רבי'ס געמאכט הבדלה ברוב עם, און דער גאנצער ציבור האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט''א בשירה וזמרה מיטן ניגון אשרי העם שככה לו.

コメント


bottom of page