top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבן מאסו הבונים: האד' מסאטמאר וועט גיסן דעם "אבן היסוד" פאר'ן בנין האדיר דק"ק סאטמאר ירושלים ביים פסח שני טיש

דאנערשטאג פרשת טהרה • ג' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דעם קומענדיגן פסח שני, מאנטאג אמור, וועט פארקומען דער זעלטענער מעמד נרגש "הנחת אבן הפנה", ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט לייגן דעם אבן היסוד פאר'ן נייעם בנין האדיר והמפואר ביהמ"ד הגדול סאטמאר ירושלים, וואס ווערט אויפגעבויט בפלטרין של מלך אלס צענטראלער תל תלפיות און גיגאנטישער מקום תורה ותפלה פאר די הונדערטער סאטמארער חסידים בעיה"ק ירושלים.


צום מעמד וועלן קומען צו פארן די ראשי הקהלה פון ירושלים אינאיינעם מיט די עסקני וועד קרן הבנין, וועלכע וועלן מיטלעבן די הייליגע און מרוגש'דיגע מאמענטן ווען דער רבי שליט"א וועט גיסן דעם אבן היסוד. די ראשי הקהילה וועלן דערנאך בשליחות הקודש אהיימטראגן דעם אבן הפינה צוריק קיין ירושלים, און עס וועט אריינגעשטעלט ווערן ביסוד הבנין, וואס הייבט זיך שוין אן צו בויען לשמחת לבם פון חסידי סאטמאר איבער די גאנצע וועלט.


דער מעמד וועט פארקומען ביים ספעציעלן פסח שני טיש וואס דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין אין שטוב פון הנגיד ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו אין קרית יואל, מיט'ן השתתפות פון די פילצאליגע נדיבים בעם בוני בית ה', שותפים אינעם פראיעקט, וועלכע האבן געהאט די זכי' צו קענען נעמען א חלק אין גיסן דעם יסוד פאר'ן הקמת בית ה'.


די מעמד קומט נאכדעם וואס מען האט פארענדיגט די לעצטע פאזעס פון אראפגראבן די גאנצע טיפקייט פונעם באדען וואס איז אנגעקומען צו א טיפקייט פון גאנצע פערציג פוס און שטייט שוין גרייט צו קענען דערויף ארויפציען דעם ריזיגן געביידע פון אכט שטאק מיט אירע אכציג טויזנט סקווער פוס!


bottom of page