top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע מסיבה לטובת כולל יטב לב אין ירושלים בשילוב מיט חנוכת הבית פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 19 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 20 בינו׳

זונטאג פ' וארא • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי ווייס


דעם זונטאג שמות איז אפגעראכטן געווארן די יערליכע מסיבה של מצוה לטובת כולל יטב לב אין ירושלים עיה''ק, די מסיבה ווערט כמידי שנה בשנה פאררופן דורך הרב משה פריעדמאן משמש בקודש אדמור''י בית סאטמאר, און איז היי יאהר פארגעקומען אינעם נייעם הויז פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א אויף די ווילסאן גאס אין וויליאמסבורג, דער הויז וואו מר אביו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געוואוינט בשנות כהונתו אלס אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג, און איז אין די לעצטערע חדשים איבערגעבויעט געווארן פאר'ן רב'ס פריוואטע וואוינונג.


לכבוד די חנוכת הבית פונעם נייעם דירה איז דארט אפגעהאלטן געווארן דער היי-יעריגער מסיבה לטובת כולל יטב לב אין ירושלים וואו דער רב שליט"א האט מכהן געוועהן ברבנות און איז געשטאנען בראש פונעם כולל לאנגע יאהרן.


צו די מסיבה זענען גערופן געווארן א געקליבענער צאל קרואי מועד נדיבי עם קודש, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט באשיינט די מסיבה און מאציל געוועהן מברכות קדשו פאר די פארזאמלטע נגידים ותומכים. דער רבי שליט"א האט משמיע געוועהן קורצע דברות קודש בשבח הכולל און ווארעם אנגעוואונטשן דעם משמש בקודש ר' משה הי"ו וואס האט שוין די זכיה רבות בשנים אהערצושטעלן די מסיבה און צוזאמשטעלן אזויפיל געלט להחזקת הכולל, עס האט דערנאך אויפגעטרעטן מיט א דרשה הגה''צ אב''ד סאטמאר ירושלים שליט''א, בגדול החזקת תורה בפרט צו שטיצן לומדי תורה מתוך הדחק, צו דעם געלעגנהייט האט דער רב שליט"א באדאנקט די אלע גוטע פריינד וועלכע האבן זיך אריינגעלייגט אהערצושטעלן דעם דירה נאה מיטן גאנצן הארץ, און באטאנט אז די זיידע הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע, האט איהם געגעבן דאס הויז במתנה מיט יארן צוריק כאטש מ'האט דעמאלט נישט געקלערט פון וואוינען דאהי, ווייזט אויס ער האט מרגיש געווען אז עס ווען קומען די צייט.


נאכן מסיבה איז דער רבי שליט"א ארומגעגאנגען אינעם גאנצן שטוב און באטראכט די הערליכע פריוואטער ספרים שטוב פונעם רב שליט"א.




















Comments


bottom of page