top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הגהצ רבי צבי אלימלך פאדווא גאבד ציריך שווייץ באזוכט ביי האדמור"ים מגור און בעלזא

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 28 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 10 בפבר׳

דינסטאג פ' בא • כ"ח טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד ציריך שווייץ איז פארלאפענעם וואך אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל לרגל א משפחה שמחה, דעם זונטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע האט איהם ענטפאנגען ביותרת הכבוד און עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פגעי הטעכנאלאגיע ונסיונות הזמן, און איבער הגאון האדיר רבי העניך פאדווא זצ"ל בעל 'חשב האפוד', נאכן באזוך האט די גערער רבי ארויסבאגלייט די ציריך'ע רב ביותרת הכבוד.


דערנאך האט די רב באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכע אנגעוונטשן דעם רב שליט"א ברוב ברכות לרגל די התמנות לכהן פאר אלס גאב"ד ציריך פארלאפענעם יאהר, און זיך נאכגעפרענגט איבער די בליה און וואקס פונעם שטאט בכמות ובאיכות, דערביי האט די ציריכ'ע רב איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון די בעלזא קהילה אין ציריך וואס טוט פארשיינען די גאנצע שטאט, און די בעלזער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רב מיט לחיים.


אויך האט דער רב באזוכט ביי שאר בשרו הגאון הגדול רבי אברהם יהושע סאלאוויציק ראש ישיבת בריסק, ווי מען האט א לענגערע צייט פארברענגט בנועם שיח.


ree
ree
ree
ree

Comentarios


bottom of page