top of page
התכנסות רבתי "יזכור אהבתו" נעמט צוזאם חסידי ומעריצי קרעטשניף סיגעט בראשות האד' מקרעטשניף סיגעט
מוצאי שב"ק פ' ויחי • י''ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א אייזנבאך תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם געהויבענעם מעמד "יזכור אהבתו" וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר דעם פארלאפענעם דינסטאג אויפדערנאכט מוצאי עשרה בטבת, אינעם פראכטפולן "פבליון" זאל וואס געפינט זיך בגלילות ירושלים עיה"ק, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א. צו דעם מעמד הגדול, זענען געלאדענט געווארן אלע בני הקהלה הקדושה, כאיש אחד בלב אחד, זיך אינא


גייסטרייכע שבת אין מירון מיט האד' מישועת יעקב סקולען לאזט איבער גרויס חיזוק פאר תלמידי מוסד "חסד לאברהם"
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש א הערליכער שבת קודש איז פאריבער אין מירון מיט כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס איז געקומען קיין ארץ ישראל באזוכן די מוסד חסד לאברהם אין מירון און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים לקראת דער חתונה פון בנו החתן נ"י בשעטומ"צ. דער רבי האט געלאנדעט דאנערשטאג צופרי על אדמת ארץ הקודש. אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט א גרויסע צאל חסידים ומעריצים ובראשם דער פעטער הגה"צ אב"ד סקולען בני ברק שליט"א. דער רבי איז אריינגעפארן קיין בני ברק וו


הונדערטער תושבי אנטווערפען ביי לוי' פון הרה"ח המפו' ר' שמואל ברוך נאה ז"ל משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש מיט פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער חסידי פשעווארסק און פילע תושבי אנטווערפן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פארן געטרייע גבאי און משמש בקודש פון צדיקי בית פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל, וועלכע האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר. די לוויה איז ארויס אין די מיטאג שטונדן פארט פון די בנין הקהילה מחזיקי הדת אויף די יאקאב יאקאב גאס אין אנטווערפען, וואו עס האט מספיד געווען דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווער


מוצאי עשרה בטבת: הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי זצוק"ל בצל בנו האד' מוואסלוי
דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש דעם דינסטאג נאכט ליל י"א טבת איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מוואסלוי זצ"ל, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א האט אפגעראכטן דעם שולחן הטהור וסעודת הילולא מוצאי עשרה בטבת בבית מדרשו אין בני ברק, און אויפצומארגנס מיטוואך נאכמיטאג ארויף צום ציון הק' אויפן בית החיים נחלת יצחק אין גבעתיים, בחלקת אדמור"י בית רוזין.


בני בינה ימי שמונה: יום טוב חנוכה בחצר הקודש סקאליע
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש


אויסגאבע טישל • פרשת ויחי
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש


אהל הק' פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל וואנדאליזירט; פאליציי אין געיעג נאך די פארברעכער
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש חסידי טאהש אומעטום און תושבי קרית טאהש בפרט, האבן מיט אנגסט אויפגענומען די ידיעה איבער דעם חילול הקודש אינעם אהל פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל, וואס איז וואנדאליזירט געווארן דורך א גרופע כוליגאנעס וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם אהל הק'. די וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן אינעם אהל פארלאפענעם מוצש״ק, וואס איז דאן שפעט אויפדערנאכט געווען ליידיג פון מתפללים, און ווי מ׳זעט אויף די זיכערהייט קאמערעס, האבן זיי בעיקר געזוכט צו באראבעווען


שבת התכנסות פאר עדת חסידי סקווירא לאנדאן וועט פארקומען בראשות הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש חסידי סקווירא אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען דעם אורח הגדול הגה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען בשערי העיר לאנדאן אויף א ביקור הוד בשליחות הקודש פונעם מר אביו דער סקווערער רבי שליט"א, לחיזוק ולביסוס הקהלה והמוסדות פון חסידי סקווירא אין לאנדאן. דער קלימאקס פון די געהויבענע ביקור כבוד וועט זיין דעם שבת קודש פרשת ויחי, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן א "שבת הת


שיינעם ציבור ביי יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד בית יוסף דאמבראווא אין בארא פארק
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברמי בערגער,JDN דעם מוצאי שבת איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די יערליכע מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד בית יוסף דאמבראווא אין בארא פארק בנשיאות כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א וועלכער פירט אן ווייטער דעם בית המדרש פון אביו כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, און איז משפיע פאר אידישע קינדער תורה וחסידות במדה גדושה. בראש המסובים ביי די מסיבה של מצוה האבן זיך משתתף געווען פילע רבני העיר ובראשם די צוויי שוואגערס פונעם דאמבראווא רבי'ן,


תושבי מעלבארן באגלייטן למנוחות הרבנית מרת בילא בעק ע"ה אלמנת הגה"צ גאב"ד מעלבארן זצ"ל
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי מעלבארן אוסטראליע האבן דעם זונטאג פארמיטאג אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלוויה פון די חשובע רעבעצין הרבנית מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת כ"ק הגה"צ רבי אברהם הערש הלוי בעק זצ"ל גאב"ד דקהל עדת ישראל מעלבארן און בעל ויצב אברהם וועלכע איז דעם לעצטן שבת קודש נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר. טראץ וואס אין אוסטראליע האלט מען אצינד אין סאמע ברען פונעם זומער סעזאן און פילע איינוואוינער געפונען זיך אויף די בערג


יום טוב חנוכה בחצר הקודש ניקלשבורג | בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ארי פריינד,JDN


בארא פארק: שמחת הברית פון הרך הנולד אור אייניקל ביי האדמור"ים מבאבוב 45 און סטריזוב
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י דעם אנהייב וואך איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, א אייניקל ביי חתנו הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א מנהל רוחני בישיבת אור ישראל בן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב שליט"א און אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר הישיש מסטריזוב שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן דער סטריזובער רבי אין בארא פארק, נאכגעפאלגט מיט די סעודת מצוה אינעם בנין ביהמ"ד הגדול באב


הֶעֱלָה נֵרֹתֶיהָ • יום טוב חנוכה אין טשערנאבילער הויף
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN


באישון ליל: זאת חנוכה בחצר הקודש לעלוב ניקלשבורג
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


דעטרויט - שיקאגא - מאנטריאל: האד' מלוצק נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש לערי הגולה
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אונטערגענומען א לענגערע נסיעה לערי הגולה אין אמעריקא און קאנאדע, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, חסידיו ומעריציו צווישן די שטעט. דעם אנהייב וואך איז דער רבי אפגעפלויגן קיין דעטרויט אין מישיגן אויף א קורצע באזוך אויפצונעמען דעם ציבור לעצה ולברכה און פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע וואס ליגט באערדיגט אויפן בית עלמין אין דעטרויט. פון דארט וועט די רבי שליט"א ממשיך זיין


האד' מאמשינוב אויף א באזוך ביים שוואגער האד' מקוזמיר נאכן וויילן שבת אין בני ברק
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט בני ברק, נאכן געהויבענעם שבת וואס די רבי האט געפראוועט אין שטאט די וואך פרשת ויגש העעל"ט, איז היינט אויפדערנאכט אריבערגעגאנגען אויף א באזוך למעונו פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם וועג צופיסנס פון די אכסניא, היות ער האט נאכנישט געמאכט הבדלה פון שבת כדרכו בקודש. דער קוזמירער רבי שליט"א מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט א געוואלדיגע שמחה, א


כינוס פאר תלמידי ישיבה קטנות דחסידי סקווירא פון אלע סניפים לרגל התייסדות מפעל 'עוסקים בתורה'
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ. פארלאפענעם מאנטאג זאת חנוכה האבן זיך פארזאמלט די אריבער זיבן הונדערט תלמידי ישיבות קטנות דחסידי סקווירא פון איבער גרעיטער ניו יורק, ניו דזשערזי און קאנאדע, אויף אן ערשטמאליגן כינוס מיטן נאמען עוסקים בתורה. די מעמד איז פארגעקומען אין די זאלן פון עטרת טשארנא, ווי עס האבן זיך באטייליגט די תלמידים פון די סקווירא ישיבות קטנות פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, שיכון סקווירא, מאנטיסאלאו, לעיקוואוד און מאנטריאל, אין שפיץ


לקיים בנו חכמי ישראל: האד' מאוסטראוו קאלושין אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ''ק האדמו''ר מאוסטראוו קאלושין שליט''א פון סידערהוירסט וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט''א האט געליטן פון א נעמאניע און בנוסף האט זיך די רבי היינט געמוטשעט מיטן אטעם, דעריבער האבן די דאקטוירים געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, און אידישע קינדער זענען מתפלל פאר מרן דוד בן בא


שיינעם חנוכה באזוך פון האד' מטאהש אין תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש אין מאנסי
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך בימי החנוכה בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אין ניו יארק לרגל די שמחת התנאים פון אייניקל, איז דער רבי אריבערגעפארן אויף א באזוך אין דער טאהשער תלמוד תורה עבודת משולם פייש אין מאנסי, וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די תינוקת של בית רבן. דערנאך האט די רבי פארטיילט מטבעות פאר אלע ילדי התלמוד תורה און געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די מלמדים און מקורבים אין א זייטיגער שטוב אין תלמוד תורה, באלד דערויף איז


ימי החנוכה בצל האד' מסאדיגורא ירושלים | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש


bottom of page
