שבת התכנסות פאר עדת חסידי סקווירא לאנדאן וועט פארקומען בראשות הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא
- Bechatzros admin
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש

חסידי סקווירא אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיט גרויס עקסטאז אויפגענומען דעם אורח הגדול הגה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א בנו יקירו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען בשערי העיר לאנדאן אויף א ביקור הוד בשליחות הקודש פונעם מר אביו דער סקווערער רבי שליט"א, לחיזוק ולביסוס הקהלה והמוסדות פון חסידי סקווירא אין לאנדאן.
דער קלימאקס פון די געהויבענע ביקור כבוד וועט זיין דעם שבת קודש פרשת ויחי, ווען עס וועט אפגעראכטן ווערן א "שבת התכנסות" פאר כלל חסידי סקווירא אין לאנדאן בראשות דעם אורח הדגול שליט"א, עס וועט געפראוועט ווערן אין א גרויסע האטעל אין די עשפארד געגענט אין קענט, צוויי שעה צו פארן פון לאנדאן, ווי דער שבת וועט אפגעראכטן ווערן מיט גרויס דערהויבנקייט, און אריינבלאזן א גייסט פון קדושה און התרוממות פאר חסידי סקווירא תושבי לאנדאן.
אין די ארומיגע טעג בעפאר און נאך שבת, וועט הרה"צ רבי יצחק שליט"א ארומגיין בתוככי הקהלה והמוסדות אין שטאט, זיך אומצוקוקן פון די נאנט אויף די געוואלדיגע בלי און וואוקס און הרמת קרן הקהלה והמוסדות, און דערביי איבערלאזן א רישומא דקדושה פאר אלע חסידי סקווירא יונג און אלט צוגלייך.



