top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי מעלבארן באגלייטן למנוחות הרבנית מרת בילא בעק ע"ה אלמנת הגה"צ גאב"ד מעלבארן זצ"ל

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

תושבי מעלבארן אוסטראליע האבן דעם זונטאג פארמיטאג אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביים מסע הלוויה פון די חשובע רעבעצין הרבנית מרת בילא בעק ע"ה, אלמנת כ"ק הגה"צ רבי אברהם הערש הלוי בעק זצ"ל גאב"ד דקהל עדת ישראל מעלבארן און בעל ויצב אברהם וועלכע איז דעם לעצטן שבת קודש נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר.


טראץ וואס אין אוסטראליע האלט מען אצינד אין סאמע ברען פונעם זומער סעזאן און פילע איינוואוינער געפונען זיך אויף די בערג, איז א גרויסער ציבור אריינגעקומען אין שטאט זיך צו באטייליגן ביי די לוויה פון די הויכגעשעצטע רעבעצין וואס איז געווען א מוסטער און סימבאל פאר אלע איינוואוינער פון שטאט.


די לוויה איז פארגעקומען ביים גרויסן חצר נעבן איר שטוב וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ביהמ"ד דקהל עדת ישראל, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלער טענט פארן גרויסן ציבור וואס זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון און הערן די הספדים על סילוקה פון דעם אשת חבר כחבר.


צוערשט האט אויפגעטרעטן מיט דברי הספד דער מרא דאתרא הגאון רבי שלמה הכהן קאהן שליט"א גאב"ד קהל עדת ישראל מעלבארן, דערנאך איר זון הגה"צ רבי בערל בעק שליט"א אב"ד מאדא מאנסי וועלכער האט געוויילט נעבן מיטת חוליה פון זיין מוטער די לעצטע תקופה, דערנאך האט מספיד געווען איר איידעם הגה"צ רבי יודא כץ שליט"א רב דקהל ויצב אברהם מעלבארן, און איר דאפלטער אייניקל הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א, וועלכער איז א זון פון חתונה האדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און א איידעם פון חתנה הגה"צ רבי יודא כץ שליט"א.


די מספידים האבן פה אחד ארויסגעברענגט איר געוואלדיגע פערזענליכקייט, באטאנענדיג אז א גרויס טייל פון די רבנות אין שטאט איז געווען צו פארדאנקען די חשובע רעבעצין, אדאנק איר איבערמידליכע איבערגעגעבנקייט שטייענדיג לימין בעלה הגדול און איר שטענדיגע הילף בעניני הכלל והפרט אין שטאט.


נאך די הספדים האט דער זון הגה"צ אב"ד מאדא שליט"א געזאגט קדיש, און דער ציבור האט באגלייט די מיטה א שטיק וועג. די לוויה איז דורכגעפארן די בתי מדרשים עדת ישראל און ויצב אברהם וואו מען האט געזאגט קדיש. 


אצינד ערווארט מען די נוטיגע פערמיטן און ערלויבענישן ארויסצופירן די נפטרת לקבורה קיין ארץ ישראל, ווי די לויה וועט פארקומען אין די נאנטע טעג, און די רעבעצין וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן מאן אויפן הר הזיתים.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


bottom of page