top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער תושבי אנטווערפען ביי לוי' פון הרה"ח המפו' ר' שמואל ברוך נאה ז"ל משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק

  • Bechatzros admin
  • 1 בינו׳
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' ויחי • י''ב טבת | בחצרות הקודש

מיט פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער חסידי פשעווארסק און פילע תושבי אנטווערפן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון פארן געטרייע גבאי און משמש בקודש פון צדיקי בית פשעווארסק הרה"ח ר' שמואל ברוך נאה ז"ל, וועלכע האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון זעקס און אכציג יאר.


די לוויה איז ארויס אין די מיטאג שטונדן פארט פון די בנין הקהילה מחזיקי הדת אויף די יאקאב יאקאב גאס אין אנטווערפען, וואו עס האט מספיד געווען דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די גדלות פונעם נפטר, טראץ וואס ער געטראגן אזא פארצווייגטער פאסטן אלס גבאי ראשי איז ער געווען באליבט ביי יעדן, זייענדיג אויסגעצייכנט מיט זיין געוואלדיגע מידות טובות, און אויך די לעצטע יארן זייענדיג מדוכא ביסורים איז ער אלס געווען בשמחה און ארויסגעוויזן א סבר פנים יפות, דער רב שליט"א האט אויסגעפירט מיטן מאמר חז"ל מי ששימשונו בחיי ישמשונו לאחר מותי, ר' שמואל ברוך וואס איז די אלע יארן געווען קוויטל שרייבער לפני ולפנים, זאל ווייטער ארויפטראגן די שווערע פעקלעך פארן כסא הכבוד אויסצופויעלן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל.


דערנאך איז די מיטה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אויף די מערקאטאר גאס, וואו הונדערטער חסידים האבן מלווה געווען דעם חשובן נפטר למנוחות עולמים. בראש המלוים האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכע איז ארויסגעקומען באגלייטן זיין געטרייען גבאי, ומשמשו של אביו, דער רבי האט משמיע געווען קורצע און הארציגע דברי פרידה, ארומרעדנדיג איבער די אומגעווענליכע געטריישאפט פון ר' שמואל ברוך ע"ה, און זיך אויסגעדרוקט מיט זעלטענע דיבורים, זאגנדיג אז די טאטע הרה"ק רבי יענקעלע זי"ע איז דאך געווען א יחיד במינו אין הכרת הטוב און ער וועט אים זיכער אפווארטן אויבן אין הימל און זיכער מאכן ער זאל האבן א גוט פלאץ אין גן עדן.


נאך די הספדים האט דער רבי שליט"א באגלייט די מיטה א שטיק וועג זיצנדיג אין קאר, די רבי איז נאכגעפארן די מיטה ביז'ן היי-וועי ארויס פון שטאט, די מיטה איז געפירט געווארן צום בית החיים אין פיטע האלאנד וואו דער נפטר איז געברענגט געווארן למנוחה נכונה, נעבן זיין באליבטן זון ר' משה יצחק ז"ל הי"ד, סמוך ונראה צום אוהל הקדוש פון אדמו"רי בית פשעווארסק וועמען ער האט לאנגע יארן באדינט בנאמנות.


bottom of page