top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אהל הק' פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל וואנדאליזירט; פאליציי אין געיעג נאך די פארברעכער

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ויחי • י''א טבת | בחצרות הקודש

ree

חסידי טאהש אומעטום און תושבי קרית טאהש בפרט, האבן מיט אנגסט אויפגענומען די ידיעה איבער דעם חילול הקודש אינעם אהל פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מטאהש זצוק״ל, וואס איז וואנדאליזירט געווארן דורך א גרופע כוליגאנעס וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם אהל הק'.


די וואנדאלן האבן זיך אריינגעבראכן אינעם אהל פארלאפענעם מוצש״ק, וואס איז דאן שפעט אויפדערנאכט געווען ליידיג פון מתפללים, און ווי מ׳זעט אויף די זיכערהייט קאמערעס, האבן זיי בעיקר געזוכט צו באראבעווען די געלטער פון די צדקה פושקעס.


נאך לאנגע פרואוון האבן זיי נישט מצליח געווען אויפצוברעכן די צענטראלע פושקעס אויף די וואנט, אבער האבן יא מצליח געווען אויפצוברעכן איין פושקע וואס זיי האבן גענצליך אויסגעליידיגט, און זיך גלייך אפגעטראגן דערמיט.


דערביי האבן די וואנדאלן אומגעווארפן ספרי קודש, תהלימלעך און אנדערע ספרים, און אנגעזייט א כאאטישן צושטאנד אינעם אהל.


די געטרייע עסקנים האבן פארזיכטיג איבערגעקוקט די זיכערהייט קאמערעס, און האבן מצליח געווען אויפצוקומען מיט די פונקטליכע אינדענטיפיקאציע פון די לייסענס ציפערן און נאך.


די עסקנים זענען אין פארבינדונג מיט די לאקאלע פאליציי באאמטע, וועלכע ארבעטן צו לייגן א האנט אויף די פארברעכער.

bottom of page