התכנסות רבתי "יזכור אהבתו" נעמט צוזאם חסידי ומעריצי קרעטשניף סיגעט בראשות האד' מקרעטשניף סיגעט
- Bechatzros admin
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי שב"ק פ' ויחי • י''ד טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א אייזנבאך
תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם געהויבענעם מעמד "יזכור אהבתו" וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר דעם פארלאפענעם דינסטאג אויפדערנאכט מוצאי עשרה בטבת, אינעם פראכטפולן "פבליון" זאל וואס געפינט זיך בגלילות ירושלים עיה"ק, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א.
צו דעם מעמד הגדול, זענען געלאדענט געווארן אלע בני הקהלה הקדושה, כאיש אחד בלב אחד, זיך אינאיינעם מחזק צו זיין בדרכיו הטהורים פונעם רבי'ן זצ"ל בעל רזא דאמונה, וואס מען שטייט בלויז געציילטע חדשים נאך זיין פלוצימ'דיגע פטירה לחיי העולם הבא, און דערביי אוועקשטעלן א קראנטע יסוד איתן פאר די קרעטשניפער הויף, המתנוסס לשם ולתפארה.
אין די ערשטע שעות פון די מעמד איז פארגעקומען א רייכע פרעזענטאציע, ווי עס איז אויפגעברענגט געווארן רייכע זכרונות מימי קדם בהלו נרו על ראשינו, עס איז געוויזן געווארן היסטארישע בילדער פון מעמדי קודש, לעכטיגע טישן, און געהויבענע זמנים, בצל קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ח ר' מרדכי יאזשעף שליט"א, מנהל רוחני בישיבת סאטמאר מהרי"ט בני ברק, וועלכע האט איינגעלייטעט דעם אווענט, און אנגעווארעמט די הערצער פונעם ציבור מיט פאסיגע רייד בחובת השעה.
דערנאך איז געהערט געווארן די דבר הנהלה פון הרה"ח ר' שלמה זלמן קרויס שליט"א, מחשובי חסידי קרעטשניף סיגעט, וואס האט מיט א אש קודש אויפגעפלאמט דעם ציבור אויף די חוב וואס ליגט אויף יעדן יחיד ויחיד אנטייל צו נעמען אין די החזקת התורה, און דערביי אונטערגעשטראכן, א דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט, ער האט נישט איבערגעלאזט קיין געלט, נישט קיין נכסים, בלויז אט דער ירושה דעם הייליגן הויף, וואס ווערט ווייטער נמשך לשם ולתפארת. דערנאך איז געהערט געווארן די הערליכע דרשה פונעם נואם הכבוד הרה"ג ר' יצחק קירשנבוים שליט"א ר"מ בישיבת תולדות אהרן.
פון די הויכפונקטן ביים מעמד איז געווען די אייגנארטיגע חרוזים פונעם בעל מנגן ומלחין הנודע הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו, באגלייט מיט די בארימטע "מלכות" קאפעליע, וועלכע האבן גאר טאלאנטפול אראפגעלייגט דעם עוד יזכר לנו אהבת איתן, די קורת ימי הקהלה הקדושה תחת צל קדשו פון הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל, ולאחריו ביים רבי'ן דער בעל רזא דאמונה זצ"ל, און די המשכת ההנהגה וואס ווערט ווייטער געפירט בגאון ובעוז דורך ממשיך דרכם בקודש כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וועלכע האלט אן די הייליגע המשכה על דרך אבותיו הקדושים זכותם יגן עלינו.
מה נהדר היה המראה ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין זאל לקול תרועת הזמר, און דער גאנצער ציבור האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט רגשי שבח והודאה, דאנקענדיג דעם אייבערשטן ב"ה שלא השבית לנו גואל.
דערויף האט מען געהאט די זכי' צו הערן קורצע דברי ברכה פון הגאון הגדול רבי יעקב מענדל יאראוויטש שליט"א חבר בי דינא רבא פונעם בית דין הגדול שבירושלים, וועלכע האט אנגעוואונטשן כל הקהל הקודש, און א ברכה מיוחדת פארן רבי'ן שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו ועל מי מנוחות ינחינו עד ביאת הגאול.
די קלימאקס פונעם מעמד איז געווען די משא הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט באגריסט אלע פארזאמלטע, און אנגעוואונטשן אלע תורמים ומסייעים וועלכע נעמען אנטייל אין די החזקת התורה, און דערביי מדגיש געווען די געוואלדיגע חשיבות צו קענען זיין א טייל פונעם הייליגע המשכה פון מר אביו הגדול דער רבי זצ"ל, און עס איז זיכער אז זיין ברכה און השפעה איז שורה אויף אלע תומכים ומחזיקים.
דערנאך איז געהערט געווארן קורצע מרוגש'דיגע ווערטער פון הגאון רבי עקיבא וואזנער שליט"א מו"ץ העדה החרדיץ ומרבני ק"ק קרעטשניף סיגעט, וועלכע האט ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם היינט נאכטיגן מאורע.
דערויף איז פארגעקומען די התרגשות'דיגע מעמד "התחלת כתיבת ספר תורה" לשמו ולזכרו פונעם רבי'ן זצ"ל, וואס וועט אריינגעגעבן ווערן צום בית המדרש קרעטשניף סיגעט אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די ערשטע אות אין די ספר תורה, די אות ב' פון "בראשית".
ביים סיום המעמד, זענען די חסידים אריבער איינציגווייז אל מול פני הקודש, און גע'חתמ'ט די שטרי התחייבות מיט די סכומים הגונים וואס מען האט זיך אינטערגענומען, און דערביי ערהאלטן ווערדפולע מתנות לאות הוקרה פאר די סכומים הגונים להחזקת התורה והחסידות.





















































