top of page
בחורי חסידי צאנז זוועהיל האלטן מיט געהויבענער שבת התעלות בצל הקודש אלס פאסיגע הכנה לימי השובבי"ם
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN גאר א דערהויבענעם שבת התוועדות איז געפראוועט געווארן דעם פארלאפענעם שבת ויחי פאר די אריבער הונדערט בחורי צאנז זוועהיל, אריינגערעכנט די תלמידי הישיבה און נאך בחורי החבורות, אויף א שבת הכנה לשובבי"ם בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א. פרייטאג צונאכטס האט די רבי שליט"א געפראוועט די סעודה דחקל תפוחין צוזאמען מיט די בחורים, ווען די רבי פירט אן מיט די ניגונים און זמירות שבת, און איז משמיע דברי תורה, און הדרכות


בהיכל המלך: חתונה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק וועט ערשטמאליג פארקומען אין נייעם ביהמ"ד הגדול
דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בחדוה עילאה גרייטן זיך מאסן חסידי תולדות אברהם יצחק מיטצולעבן די געהויבענע שמחת נישואין בחצר הקודש, וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן מיטוואך בא הבעל"ט. די דאזיגע שמחה ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי די חסידים, ווען צום ערשטן מאל וועט די חתונה געפראוועט ווערן אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגענט, וועלכע איז נישט לאנג צוריק פארענדיגט געווארן כלול בהדרו צו די הרחבת הדעת פון


תורה וגדולה: טיפזיניגער שיעור דורך הנגיד התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס איבערגעגעבן אין חצר הקודש מודזיץ
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין דער מודזיצער הויף אין בני ברק, דורך דעם באקאנטן נגיד און תומך תורה, הרבני התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס, וועלכער איז אין די טעג צוגאסט אין ארץ ישראל. ר' צבי שיחי' וועלכע איז א תומך ומחזיק תורה און אליינס באקאנט אלס א למדן און יודע ספר, און דער מחבר פון די בארימטע ספרים רץ כצבי, איז שטארק אדוק ומקושר צו חצר הקודש מודזיץ, נאך פון אלס קינד ווען ער איז אויפגעוואקסן אין ת


האד' מוויזניץ בית שמש באזוכט אינעם נייעם אויפבליענדן ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש דער נייער חרדישע ישוב "עמנואל" אין ארץ ישראל האט נעכטן געהאט זי זכי' מקבל פנים צו זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט זיך אומצוקוקן אויף די ווייטערדיגע פארשריט אין די נייע אויפבליענדע שכונה "קרית נועם אלימלך" אין שטאט, געווידמעט פאר הונדערטער משפחות פון די חסידישע קרייזן, דאוראונטער צענדליגער משפחות חסידי וויזניץ בית שמש וועלכע פלאנען זיך ארויסצוציען קיין עמנואל אין די נאנטע צוקונפט. די ב


היסטארישע טעלעפאן געשפרעך אפגעהאלטן צווישן האד' מבעלזא און ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא איבער גזירת הגיוס
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג שטייענדיג געציילטע שעהן איידער די אסיפת מועצת גדולי התורה וואס קומט פאר יעצט אויפדערנאכט אין ירושלים, האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א טעלעפאנירט צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א דורכצוטוהן דעם שרעקליכן מצב מיטן גזירת הגיוס העומד על הפרק. די טעלעפאן געשפרעך איז צושטאנד געקומען נאך וואס אן אייניקל פונעם ראש הישיבה איז אראפגעפארן בשליחותו פונעם זיידן קיין קרית בעלזא. לענגערע מינוטן זענען די צוויי גדולי ישראל


יובל החמישים אפגעהאלטן זינט התייסדות ק"ק "בורשטין" אין בארא פארק
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה האבן פארלאפענעם מוצ"ש מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם מעמד "יובל החמישים" זינט דאס התייסדות פון ק"ק בורשטין מיט גענוי פופציג יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק, ביי וועלכן די פילצאליגע משתתפים האבן מיט א רוחניות'דיגע הנאה געהערט די רייכע פרקי זכרונות, איבערגעגעבן ביי א גייסטרייכן פאנעל דורך מתפללים ותלמידים


לעיקוואד: געמיינזאמע אסיפת הרבנים נעמט צונויף ראשי ישיבות און אדמורי"ם איבער די סכנה פון AI סערוויס
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: צבי בלום א העכסט דרינגענדע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג אין שטאט לעיקוואד דורך די גדולי ראשי הישיבות און פירנדע אדמורי"ם ורבני העיר, צו ברענגען די ריכטיגע אויפוואכונג איבער פרישע נסיונות וואס די פגעי הטעכנאלאגיע ברענגט אן אינעם היינטיגע דור, איבערהויפט דעם פרישן פירצה אין דער שרעקליכער סכנה און מכשול פון דעם נייעם AI סערוויס ואס איז לעצטענס ערפינדען געווארן. דערנאך וואס עס איז היינט צוטאגס פארהאן א מעגליכקייט


יהדות לאנדאן וועט אויפנעמען בהערצה דעם אורח הדגול האד' מקרעטשניף סיגעט
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש גרויס פרייד הערשט ביי תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט אין לאנדאן, זיך גרייטענדיג צום ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אונטערצונעמען דעם ערשטן נסיעה נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות מיט עטליכע חדשים צוריק, און וועט מארגן מיטוואך אנקומען אויף א לענגערע באזוך אין שטאט, וואו דער רבי וועט פראווענען א געהויבענעם שבת בקרב העיר. דער באזוך פונעם קרעטשניפער רבי'ן שליט"א אין שטאט לאנדאן ברענגט אויף רגשי געגועין


שמחת קישור החיתון פון החתן אייניקל פון האד' מספינקא עב"ג די כלה א טאכטער פון הנגיד החסיד ר' מענדיל רייך הי"ו
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין, JDN פארלאפענעם ליל שישי ויחי איז פארגעקומען אין בני ברק די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הרה"צ ר' ישכר בעריש ווייס שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יהושע דאמב שליט"א רב הוד השרון, מיט די כלה א טאכטער פון הנגיד החסיד ר' מנחם מענדיל רייך הי"ו מחשובי חסידי צאנז אין פתח תקוה.


ערשטע בילדער: עצרת מחאה אדירה "קול שועתם" ברחובות עיר הקודש ירושלים אפצושרייען די גזירת הגיוס
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שמואל דריי


צדיק בא לעיר: האד' מפינסק קארלין באזוכט אין שטאט קרית יואל לטובת מוסדותיו
דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת מוסדותיו הקדושים, האט אויף דעם שבת געוויילט אין די וואודבארי דזשאנקשען געגנט אין קרית יואל. מוצאי שבת האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביים מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט אנטפאנגען דעם רבי'ן מיט גרויס כבוד והערצה, די סאטמארער רבי האט זיך נאכגעפראעגט איבער די מוסדות הקדושים פינסק קארלין על טהרת הקודש, און דער פינסק קארלינער רבי האט ארויסגעברענגט ז


שטאט וויליאמסבורג גרייט זיך צו געהויבענעם שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש תושבי וויליאמסבורג האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם בעפארשטייענדן שבת וואס מען וועט האבן די זכי' מיטצולעבן בצל כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, וואס וועט אויף קומענדיגן שב"ק פרשת שמות וויילן אין די שטאט לשמחת לב תושבי העיר. אצינד גרייט מען זיך אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת, וואס רופט ארויס א ספעציעלער התרגשות ביים ציבור, קומענדיג נאך א צייט אפשניט פון איבער טו"ב שנים זינט ווען דער ר


יושר יליץ: התוועדות רבתי לרגל הילולת הרה"ק הבני יששכר זי"ע בראשות האד' מדינוב ארה"ק
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות רישן זיך פילע חסידים ואנשי מעשה מיטצולעבן די התוועדות רבתי וסעודת הילולא קדישא וואס וועט אפגעראכטן ווערן מארגן דינסטאג נאכט, אור ליום ח"י טבת, די הילולא קדישא פון הרה"ק הבני יששכר זי"ע, אינעם ביהמ"ד בני יששכר דינוב אין ביתר, בראשות כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א פון ארה"ק. די התוועדות וועט פארקומען אויף א געהויבענעם פארנעם אינעם היכל הגדול וואס איז אויפגעשטעלט געווארן לשמו ולזכרו הטהור פונעם בעל הילולא, אויף רחוב המגיד ממעזר


עבד מלך: חסידי סקולען באגלייטן למנוחות פיליעריגער געטרייער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש מיט ערשיטערטע געמיטער האבן הונדערטער היינט באגלייט למנוחות דער פיליעריגער לעגענדארער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען, הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר, לדאבון לב כל בית סקולען. הרה"ח ר' קלמן איז שוין פון זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע אשר סמך ידיו עליו און אים ממנה געווען אלס משמשו בקודש, און שפעטער האט ער זוכה געווען אנצוהאלטן די עבודת הקודש און התקשרות ביי מ


בני ברק: שידוך שליסן פון הכלה אייניקל פון האד' ממודזיץ מיט החתן נכד הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא הי"ו
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די כלה א טאכטער ביי בנו הרה"צ ר' שמואל אליהו טויב שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי אליהו שטערן שליט"א אבד"ק אור המאיר רחובות, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אליקים שרגא שפירא שליט"א ראש הכולל זוטשקא ירושלים זון פון הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו און איידעם ביי הרה"ג ר' יצחק אייזיק וואלדארסקי שליט"א. די שידוך איז געשלאסן געווארן ביי א


תחת כיפת השמים: האד' מנדבורנא צפת איז מבקר חולה אחיו הגדול האד' מקאליש
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א ארויסגעפארן קיין בית שמש וואו דער רבי האט מבקר חולה געווען ביי אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאליש שליט"א וועלכע גייט די יעצטיגער טעג דורך א מעדיצינישע דורכגאנג. די צוויי ברודער האדמור"ים זענען ארויס אויף א שפאציר אין א לאקאלע פארק אין בית שמש וואו די רבי'ס האבן אינאיינעם פארברענגט בשבת אחים גם יחד אונטער די פרישע לופט. נאך ארום א האלבע שעה האט דער נאדבורנער רבי'ן אנגעוואונטשן דעם ברודער א רפוא


דערהויבענער שבת התאחדות אין מירון בראשות המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מיט חבורת אש קודש - אלעד
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש הונדערטער חברי חבורת אש קודש אין אלעד האבן דעם שבת מיטגעלעבט א זעלטן געהויבענעם אין אתרא קדישא מירון בצילו פונעם ריש חבריא המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, די גאנצע שבת מבואו ועד צאתו איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות ותענוג רוחני, און האט געדינט אלס פאסיגע הכנה אריינטרעטנדיג אין די ימי השובבי"ם. דורכאויס שבת האט דער משפיע שליט"א פארגעדאווענט די תפילות פארן עמוד לכבוד די יומא דהילולא קדישא פון אביו כ"ק אדמו"ר רב


האד' מדאראג וויילט אין אתרא קדישא מירון אויף מנוחת הנפש | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: מ. אדלער,JDN פאריגן שבת פ' ויגש האט כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א געוויילט אין אתרא קדישא מירון אויף אפרוה, פרייטאג ערב שבת נאך חצות איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואו דער רבי האט מתפלל געווען לישועת הכלל והפרט, און דערנאך איז פארגעקומען אינעם חצר המערה די חאלאקע'ס פון עטליכע חסידים, וואו דער רבי האט אפגעשוירן די קינדער און מען האט געזונגען ניגוני מירון. שבת האט די רבי אפגעראכטן אין די אכסנ


הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א באזוכט בהיכל קדשו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ארה"ק לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ביתר, איז היינט אינדערפרי אנגעקומען קיין עיר הקודש ירושלים, וואו דער רב שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ביי א ברית לבן אחד מחסידיו וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב וועלכע האט געדינט אלס מוהל. נאכן ברית איז דער רב


האד' מדזיקוב וויזניץ צוגאסט אויף שבת אין שטאט בני ברק | בילדער גאלעריע
זונטאג פ' שמות • ט"ו טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק י., JDN פארלאפענעם שבת פ' ויגש איז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א געווען צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין שטאט בני ברק, כמנהגו פון רבי'ן יאר יערליך צו פראווענען א שבת מיט די חסידים אין בני ברק, די תפילות און טישן דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אויף א געהויבענעם שטייגער בבית מדרשו אויף די בן יעקב גאס אין שטאט, וואו א הונדערטער חסידים ואנשי מעשה תושבי בני ברק האבן זיך דורכגעדרייט דורכאויס שבת נהנה צו זיין מאורו


bottom of page
