top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יהדות לאנדאן וועט אויפנעמען בהערצה דעם אורח הדגול האד' מקרעטשניף סיגעט

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש

גרויס פרייד הערשט ביי תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט אין לאנדאן, זיך גרייטענדיג צום ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט אונטערצונעמען דעם ערשטן נסיעה נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות מיט עטליכע חדשים צוריק, און וועט מארגן מיטוואך אנקומען אויף א לענגערע באזוך אין שטאט, וואו דער רבי וועט פראווענען א געהויבענעם שבת בקרב העיר.


דער באזוך פונעם קרעטשניפער רבי'ן שליט"א אין שטאט לאנדאן ברענגט אויף רגשי געגועין וכיסופין ביי די תושבי העיר, ביי וועם ס'ליגט נאך גוט אין די ביינער די אומפארגעסליכע שבתים און באזוכן וואס מ'האט זוכה געווען מיטצולעבן ביים רבי'נס פאטער, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, וואס פלעגט אפט קומען באשיינען די שטאט וואס די שבתים האבן איבערגעלאזט א רישומא קדישא ביז'ן היינטיגן טאג.


דורכאויס די באזוך וועט דער רבי האבן די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה בונם קרויס הי"ו, דער רבי וועט דארט אויפנעמען דעם ציבור יעדן טאג, און דאווענען די תפילות בימות החול בבית האכסניא.


אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די וועניו זאל, צו קענען אקאמאדירן די תפילות און טישן וואס וועלן מיטגעהאלטן ווערן דורך פילע חסידים ואנשי מעשה, א ספעציעלע וועד האש"ל גיבט זיך אפ צוצושטעלן אכסניות און סעודות שבת קודש פאר די געסט פון אויסער די שטאט.


אויף די נאכפאלגנדע שבת פ' וארא וועט די רבי שליט"א זיין צוגאסט אינעם נייעם ישוב קענווי איילענד, א שעה צו פארן פון לאנדאן, נאך וואס די רבי איז פארבעטן געווארן דורך די תושבי המקום צו פארבלייבן אויף נאך א שבת אין ענגלאנד זייענדיג א געלעגנהייט פארן היימישן עולם אין קענווי איילענד, זיך צו דערווארעמען ביי די לעכטיגע תפילות און טישן און נהנה זיין עצה ותושי'.


אין די זעלבע צייט וועט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א אנקומען אויף א באזוך קיין ארץ ישראל, לכבוד די שמחת פדיון הבן פון אן אייניקל וואס קומט פאר קומענדיגן מוצאי שבת פ' שמות אין עיה"ק ירושלים. 


די תפילות דורכאויס שבת וועט די רבי שליט"א דאווענען במקום שהתפללו בו אבותיו אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אין די בית ישראל געגענט וואס אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט באוויליגט איבערצוגעבן אויף שבת, און דער טיש פרייטאג צונאכטס וועט פארקומען אינעם היכל השולחנות בחצר הקודש פינסק קארלין בשכינות.



bottom of page