היסטארישע טעלעפאן געשפרעך אפגעהאלטן צווישן האד' מבעלזא און ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא איבער גזירת הגיוס
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג שטייענדיג געציילטע שעהן איידער די אסיפת מועצת גדולי התורה וואס קומט פאר יעצט אויפדערנאכט אין ירושלים, האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א טעלעפאנירט צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א דורכצוטוהן דעם שרעקליכן מצב מיטן גזירת הגיוס העומד על הפרק.
די טעלעפאן געשפרעך איז צושטאנד געקומען נאך וואס אן אייניקל פונעם ראש הישיבה איז אראפגעפארן בשליחותו פונעם זיידן קיין קרית בעלזא. לענגערע מינוטן זענען די צוויי גדולי ישראל געזעצן ביים טעלעפאן און בכובד ראש דיסקוסירט דעם ברענעדיגן נושא פון דעם שרעקליכן גזירת גיוס בני ישיבות.
דאס קומט אין צייט וואס די פירנדע אדמור"ים וואס זענען אנגעשלאסן אינעם מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל קומען זיך יעצט צוזאם אין ירושלים מטכס עצה צו זיין איבער עת צרה מיט וואס דער עולם התורה אין ארץ ישראל ספראוועט זיך אצינד, און במיוחד וועט מען מטכס עצה זיין איבער די פארהאנדלונגען וואס קומען פאר די טעג ארום דעם חוק הגיוס וואס ווארט פאר אן אפשטימונג.



