top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעיקוואד: געמיינזאמע אסיפת הרבנים נעמט צונויף ראשי ישיבות און אדמורי"ם איבער די סכנה פון AI סערוויס

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שמות • י"ז טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: צבי בלום

א העכסט דרינגענדע אסיפה איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג אין שטאט לעיקוואד דורך די גדולי ראשי הישיבות און פירנדע אדמורי"ם ורבני העיר,  צו ברענגען די ריכטיגע אויפוואכונג איבער פרישע נסיונות וואס די פגעי הטעכנאלאגיע ברענגט אן אינעם היינטיגע דור, איבערהויפט דעם פרישן פירצה אין דער שרעקליכער סכנה און מכשול פון דעם נייעם AI סערוויס ואס איז לעצטענס ערפינדען געווארן.


דערנאך וואס עס איז היינט צוטאגס פארהאן א מעגליכקייט זיך צו באנוצן דערמיט סיי דורך קאמפיוטער, סיי דורך טעקסט, און אפילו דורך א פשוט'ן טעלעפאן מיט אפענער אינטערנעט אן קיין פילטער רח''ל, ותוצאותיו מי ישורנה.


ביי די אסיפה איז באשטימט געווארן א יום תפילה ותענית אין אלע היכלי התורה און מוסדות החינוך אין שטאט, וואו די רבנים וועלן מכריז זיין דער איסור חמור זיך צו באנוצן מיט AI בכל אופן וצורה שהוא, אפילו אויפ'ן טעלעפאן, היות דער סערוויס איז אפן און אויסגעשטעלט צו כל-מיני תועבות, מינות און אפיקורסות, און דאס איז אין כלל פונעם איסור וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך די גדולי הדור בנוגע אינטערנעט אן א פילטער.


די אסיפה איז פאררופן געווארן דורך הגאון רבי אליהו בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג אין די בית פייגא זאל אין לעיקוואד, וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען תחת קורת גג אחד, די מנהיגים און רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן אין שטאט, צווישן אנדערע די ראשי הישיבה פון בית מדרש גבוה הגאון רבי מלכיאל קאטלער, הגאון רבי ירוחם אולשין און הגאון רבי דוד שוסטאל שליט"א, אזוי אויך כ"ק האדמורי"ם מסקולען לעיקוואד, ראחמיסטריווקא לעיקוואד, נאבאמינסק, און נאך פילע רבני העיר און אויך רבנים מחוץ לעיר צווישן זיי הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק.



bottom of page