יובל החמישים אפגעהאלטן זינט התייסדות ק"ק "בורשטין" אין בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה האבן פארלאפענעם מוצ"ש מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם מעמד "יובל החמישים" זינט דאס התייסדות פון ק"ק בורשטין מיט גענוי פופציג יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א.
דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אין זאל פון עטרת גאלדא אין בארא פארק, ביי וועלכן די פילצאליגע משתתפים האבן מיט א רוחניות'דיגע הנאה געהערט די רייכע פרקי זכרונות, איבערגעגעבן ביי א גייסטרייכן פאנעל דורך מתפללים ותלמידים פון בורשטינער רבי'ן שליט"א במשך השנים, איבער די אנטוויקלונגען פון די קהלה זינט'ן התייסדות ביז צום היינטיגן טאג.
א הערליכע מוזיקאלישע איבערזיכט פונעם בורשטינער הויף פון יאר תשל"ו ביז תשפ"ו איז פארגעשטעלט געווארן דורכן בדחן ר' ישראל שפירא הי"ו מחשובי חסידי בורשטין.
ווי אויך האט מען געהערט פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות איבער דעם נוסח מעורר לבבות פון כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, פון וואס אידן שעפן כסדר התעוררות און התרגשות אין אלע זמנים.
דער הויכפונקט איז געווען די דברות קודש וואס מען האט געהערט פון כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, מיט דברי חיזוק והדרכה פאר עדת חסידיו ותלמידיו.























