top of page
האד' מוויזניץ לאנדאן אפגעראכטן פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט אין מאנסי מיט נגידי ותומכי המוסדות
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: איצי מ.,JDN דעם זונטאג נאכט ליל חמשה עשר בשבט האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א מעריך געווען דעם שולחן הטהור לכבוד היום תוך אמוני על סגולה, מיט נגידים און תומכים מיט'ן ציל צו שאפן סכומים אדירים פאר'ן אויפבוי פון די נייע בניני המוסדות מעבר לים אין לאנדאן. דער טיש איז פארגעקומען אין די וויזניצער ישיבה אויף 20 עשעיל אין מאנסי וואו עס זענען געלאדענט געווארן די חשובע תומכי ומחזיקי תורה און נאך אנשים חשובים און וויזניצער חסי


פירותיך מתוקים: חמשה עשר בשבט אין באבובער הויף
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש


איינדרוקספולע באזוך פון האד' מצאנז אין תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין בארא פארק
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין פארלאפענעם מיטוואך אינדערפרי, האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט״א באזוכט אינעם תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין בארא פארק וואו דער רבי איז געווען צוגאסט אין ראם פונעם ביקור המרומם צו מחזק זיין די קהילות הקודש אין אמעריקא. צופרי האט דער רבי שליט״א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה, און מיטאג צייט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין תלמוד תורה וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן א


יִהְיוּ כְּמוֹתְךָ • ט"ו בשבט בצל כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אנשיל בעק,JDN


בַּמֶּה אֲבָרֶכְךָ • חמשה עשר בשבט בחצר הקודש באבוב 45
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.


ראש השנה לאילנות ט"ו בשבט בחצר הקודש סטאניסלאוו | גאלעריע
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש בילער קרעדיט: איצי מ., JDN


תלמידי וחסידי סאטמאר באוויינען פטירה פון לעגאנדארן בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר באוויינען די פטירה פונעם לעגאנדארן נדיב, בונה ומקים עולמות של תורה הרבני החסיד רבי ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל פון קרית יואל, וועלכע איז יעצט מאנטאג מיטאג נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 89 יאר. די פטירה פון רבי ישראל דוב לאזט איבער א גרויסע חלל, נאך העכער א יובל יארן וואס ער איז געווען דער תומך, נדיב, טפסר, לכל קדשי בית ישראל, שווערע מיליאנען דאללארן האבן זיך געגאסן פון אים אויפצובויען בנינים אדירים פאר פילע ק


יערליכע דינער "מלומדי מורשה" לטובת מוסדות באבוב אין בליענדע שטאט לינדען
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש פארגאנגענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן די יערליכע דינער "מלומדי מורשה" לטובת מוסדות באבוב אין די בליענדע שטאט לינדען ניו דזשערזי מיט אירע קרוב צו 400 תלמידים ותלמידות כן ירבו. די דינער איז פארגעקומען אין די פראכטפולע שארף זאל אינעם בנין בנות ציון אין בארא פארק אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א. דער דבר המוסדות איז איבערגעגעבן געווארן דורך הרב יעקב יוסף פליישער הי"ו מגדולי העסקנים בחצה"ק באבוב, און מיט'ן משא המעמד


מעמד החומש סעודה אין נייעם ישוב דחסידי תולדות אהרן "חריש" באשיינט דורך האד' מתולדות אהרן
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש פארלאפענעם ראש חודש שבט, בעת דער קורצע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א קומענדיג צו פארן פון שטאט טברי', האט דער רבי באשיינט ביי די "חומש סעודה" דורך די ילדי תשב"ר פון די מוסדות תולדות אהרן אין חריש, דער רבי האט מיטגעהאלטן די מעמד א לענגערע צייט און דערנאך פארטיילט חומשים פאר די תני המקרא.


פרייליכע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל אור חיים אין ירושלים לכבודו פון הגה"צ רבי יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א רב הקהילה
מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אלי קובין די וואך דינסטאג איז פארגעקומען אין ירושלים די שמחת השבע ברכות לכבוד די חתונה פון החתן א זון פון הרה"ג רבי יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א רב ביהמ"ד אור חיים אין ירושלים און מנהל רוחני ישיבה קטנה מאחנובקא בעלזא אין ירושלים מיט די כלה א אייניקל ביי הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, די שבע ברכות איז פארגעקומען אין זאל פון ישיבת אורייתא צוגעשטעלט דורך די צוויי שותפים הנגידים ר' יואל לאנדא און דוד געפנער הי"ו, וואו די חברי הק


שמחת קישור החיתון אין הויפן פון נדבורנה - גארליץ - סטריקוב - סערדאהעלי
זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענעם וואך מיטוואך איז בשעטומ"צ געשלאסן געווארן די שיינע רבישע שידוך פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנה שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' יעקב יוסף ניישלאס שליט"א זון פון הגה"צ רבי יודא ניישלאס אבד"ק סערדעהאלי בית שמש, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, א טאכטער פון זיין זון הרה"צ רבי ברוך הלברשטאם ר"מ בישיבת סערט וויזניץ אין בני ברק איידעם פון הגה"צ אבד"ק סטריקוב שליט"א, די שידוך א


פֵּרוֹתֶיךָ מְתוּקִים : האד' ממאחנובקא בעלזא ביים טיש לכבוד חמשה עשר בשבט
זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר


לייוו: מסע הלוויה פון כ"ק אדמו"ר מהרי"ד מלעלוב זצוק"ל אין ירושלים
זונטאג פ' יתרו י"ד שבט | בחצרות הקודש


עצרת מספד והתעוררות ככלות י"א חודש להסתלקותו פון הגאון רבי יוסף זאב פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת עמלה של תורה
מוצאי שבת בשבח י"ג שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר פארגאנגענעם מיטוואך בשלח איז אפגעהאלטן געווארן אן עצרת מספד והתעוררות ככלות י"א חודש צו די פטירה פון הגאון רבי יוסף זאב פיינשטיין זצ"ל ראש ישיבת עמלה של תורה, אין היכל הישיבה אין ביתר ווי עס האבן צווישן אנדערע אויפגעטרעטן מיט דברי הספד הגאון הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון און הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש דער פריינטליכע באזוך די וואך פונעם רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר ביי פרעזידענט פוטין. דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא איבער די שידוכים קריזיס וואס פלאגט דעם היימישן עולם. האדמו"ר מטשערנאביל אויפן פליגער אונטערוועגנס קיין פאריז פראנקרייך צום יערליכן מסע החיזוק וואס דער רבי נעמט אונטער יאר יארליך אין די טעג ארום דעם יום המסוגל ג' בשלח. האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' אליעזר


האד' מסאטמאר באזוכט ביי האד' מוויזניץ ירושלים במקום הנופש אין פאלם ספרינגס
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש פאריגן מוצאי שבת נאך הבדלה אינעם מקום הנופש אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צוגעפארן צום דערנעבנדיגע האט ספרינגס געגענט - א נסיעה פון ארום צוואנציג מינוט, אויף א ביקור גומלין ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וואס האלט זיך דארט אויף אויף מנוחת הנפש. כמעשהו בראשונה ביים באזוך פון וויזניצער רבי'ן ביים סאטמארער רבי'ן אין פאלם ספרינגס עטליכע טעג פריער, איז ארומגעשמועסט געווארן סיפורי צדיקים כנהוג


עשירי קודש: מעמד יובל העשור יוצאים להוראה פאר הונדערטער חברי הכולל דחסידי צאנז אין ניו יארק
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין דעם זונטאג בשלח העעל"ט איז געפייערט געווארן דח מעמד יובל העשור יוצאים להוראה פאר די הונדערטער חברי הכולל דחסידי צאנז אין ניו יארק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק אויף א ביקור מרומם מחזק צו זיין די קהילות הקודש דחסידי צאנז, די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד קהל עדת חסידים אויף בעיטס דרייוו אין מאנסי, וואו עס זענען געהערט געווארן א רייע דרשות פון די רבני הקהילה


ראש הישיבה הגר"ש אלתר: געראטעוועט געווארן אין זכות פון איבערנעמען בזיונות פון א צווייטן איד | ווידיאו
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש אין די צייט וואס כלל ישראל האט מיט צער און ווייטאג אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די שוידערליכע טראגישע פטירה פון הבחור החשוב משה לודמיר ע״ה מחשובי תלמידי ישיבת באיאן אין מודיעין עילית, איז פארעפנטליכט געווארן א גאר אינטערעסאנטע אפיזאד וואס ווייזט ווידעראמאל דעם "יש מנהיג לבירה". די מעשה איז פארשפרייט געווארן דורך׳ן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס האט געהערט די מעשה פונעם בעל העובדא הרה״ח ר׳ בנימין ראזענבלט הי״ו, וויאזוי א


חסידי צאנז אין וויליאמסבורג מקבל פנים געווען האד' מצאנז אין ראם פון ביקור המרומם לחיזוק קהילות הקודש צאנז אין ניו יארק
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין דעם מאנטאג אווענט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אין ראם פונעם מסע הקודש וואס דער רבי האט אונטערגענומען מחזק צו זיין די קהילות הקודש דחסידי צאנז ברחבי ניו יארק. דער רבי איז תיכף צוגעפארן לבית מדרשו אין שטאט וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די ראשי הקהילה. דער רבי האט צוערשט אויפגענומען די גרעסערע תומכים מיט קוויטלעך. דערנאך איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד, ווי ס'איז אויפגעשטעלט געוו


קול דודי הנה זה בא: אומגעראכטענע באזוך פון האד' מבאבוב בהיכל המתיבתא
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אנגעקומען אויף אן אומגעראכטענע באזוך בהיכל המתיבתא אין בארא פארק, וואו דער רב שליט"א האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא. נאך מעריב איז מען ארויס אויף קידוש לבנה און דערנאך האט דער רב שליט"א מעריך געווען א שולחן לחיים פאר די בחורים אין מתיבתא וואו מען האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין אויפן פיוט טובים מאורות, בעת דער רב שליט"א איז מעודד די ריקודין לידו פונעם שוואגערהגה"צ רבי בר


bottom of page
