ראש הישיבה הגר"ש אלתר: געראטעוועט געווארן אין זכות פון איבערנעמען בזיונות פון א צווייטן איד | ווידיאו
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

אין די צייט וואס כלל ישראל האט מיט צער און ווייטאג אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די שוידערליכע טראגישע פטירה פון הבחור החשוב משה לודמיר ע״ה מחשובי תלמידי ישיבת באיאן אין מודיעין עילית, איז פארעפנטליכט געווארן א גאר אינטערעסאנטע אפיזאד וואס ווייזט ווידעראמאל דעם "יש מנהיג לבירה".
די מעשה איז פארשפרייט געווארן דורך׳ן ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס האט געהערט די מעשה פונעם בעל העובדא הרה״ח ר׳ בנימין ראזענבלט הי״ו, וויאזוי אין זכות פון נעמען אויף זיך בושות פון א צווייטן איד איז זיין זוהן געראטעוועט געווארן פון ווערן פארשוועמט אינאיינעם מיט הבחור משה לודמיר ע״ה.
די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן פארלאפענעם פרייטאג ערב שבת פרשת שמות, מיט צוויי וואכן צוריק, ווען ר׳ בנימין הי״ו איז געגאנגען זיך מטהר זיין אין מקוה לכבוד שבת אין ביהמ״ד תולדות אברהם יצחק אין שטאט בית שמש.
נאך׳ן מקוה איז ער אריין אין דעם שמש שטיבל איינקויפן זיסווארג פאר זיין פאמיליע לכבוד שבת קודש, אין די צייט וואס דאס געשעפט איז דאן געווען פיל מיט אידן. נעבן אים איז געשטאנען א יונגערמאן וואס האט אומוועלנדיג אראפגעווארפן א גרויסע שאכטל צוקערלעך, וואס האט זיך אויסגעגאסן אויף דער ערד און זיך צושפרייט אויף אלע זייטן.
ווען ר׳ בנימין האט געזען אז יענער איז געווארן שטארק פארשעמט, האט ער זיך באלד הויך אנגערופן אז ער אליין האט אראפגעווארפן די שאכטל מיט די צוקערלעך און ס׳איז גארנישט געשען, און ער וועט באצאלן די גאנצע קאסטן דערפון, פארמיידנדיג די בזיונות פונעם יונגערמאן פאר אלע אנוועזנדע וועלכע האבן געקוקט אין ריכטונג פון די אויסגעגאסענע צוקערלעך.
פון דארט איז ער אהיימגעקומען אין שטוב און האט זיך אביסל צוגעלייגט צו כאפן א דרימל לכבוד שבת קודש. אינמיטן שלאף חלומ׳ט ער זיך ווי ער איז אריינגעפאלן אין א טייך און אנגעהויבן צו ווערן פארשוועמט נישט קענענדיג ארויסקומען, ער האט אנגעהויבן שרייען שמע ישראל און זיך פלוצלינג ערוועקט מיט א נאסער שווייס וואס האט אים אינגאנצן באדעקט.
פירט אויס ר׳ בנימין הי״ו, ווי וואונדערליך דאס האט זיך ווירקליך ממש מקוים געווען ביי זיין זוהן הי״ו, עטליכע טעג שפעטער דעם פאריגן דינסטאג פרשת וארא, ווען ער איז געווען דער צווייטער בחור וואס איז מיטגעגאנגען אינאיינעם מיט זיין חבר הבה״ח משה לודמיר ע״ה צום טייך אין מודיעין עילית, און ער איז בחסדי שמים געראטעוועט געווארן פון ווערן פארשוועמט און געפינט זיך ב״ה אין א גוטן צושטאנד.






תגובות