איינדרוקספולע באזוך פון האד' מצאנז אין תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין בארא פארק
- Bechatzros admin
- לפני 38 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
פארלאפענעם מיטוואך אינדערפרי, האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט״א באזוכט אינעם תלמוד תורה דרכי אבות צאנז אין בארא פארק וואו דער רבי איז געווען צוגאסט אין ראם פונעם ביקור המרומם צו מחזק זיין די קהילות הקודש אין אמעריקא.
צופרי האט דער רבי שליט״א געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די קינדער פון די עלטערע כיתות אין תלמוד תורה, און מיטאג צייט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין תלמוד תורה וואו דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן אלע כיתות זיך פאראינטערסירנדיג ביי די מלמדים איבער די לימודים, אין יעדע פון די כיתות האט דער רבי מיטגעהאלטן די לימודים עטליכע מינוט און מפלפל געווען מיט די תלמידים בחדוותא דשמעתתא. דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ''ק גאב''ד טענקא שליט''א וואס זיין ביהמ"ד געפונט זיך בשכינות פונעם תלמוד תורה, דערביי איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס איבער זכרונות מימי קדם פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע און נאך שיינע ענינים.
שפעטער איז פארגעקומען דער צענטראלער מעמד קבלת פנים דורך די ילדי התלמוד תורה, ס'איז פארגעקומען אין טענקא ביהמ"ד אין בארא פארק וואו די קרוב צו דריי הונדערט ילדי תשב"ר האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מלובש בבגדי שבת. ביים ערשיינען צום מעמד האט דער רבי באגריסט דער בעל האכסניא של תורה כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א. אינצווישן די ניגונים האט איינער פון די קינדער געזינגען גראמען און דערנאך האט דער מנהל המוסד הרב פנחס שלום ראטטענבערג מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט פאסיגע דברי ברכה. נאכדעם האט דער רבי פארטיילט א ספר ברכת השחר פאר אלע קינדער, און די ילדי החמד האבן איבערגעגעבן קבלות זיך מחזק צו זיין קעגן די פגעי הטעכנאלאגיע און שעות צעטליך וואס די קינדער האבן געלערנט אלס הכנה דרבה צום רבינס באזוך.












