top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי צאנז אין וויליאמסבורג מקבל פנים געווען האד' מצאנז אין ראם פון ביקור המרומם לחיזוק קהילות הקודש צאנז אין ניו יארק

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' בשלח • י' שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין

דעם מאנטאג אווענט איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג אין ראם פונעם מסע הקודש וואס דער רבי האט אונטערגענומען מחזק צו זיין די קהילות הקודש דחסידי צאנז ברחבי ניו יארק. דער רבי איז תיכף צוגעפארן לבית מדרשו אין שטאט וואו ער איז אפגעווארט געווארן דורך די ראשי הקהילה. דער רבי האט צוערשט אויפגענומען די גרעסערע תומכים מיט קוויטלעך. דערנאך איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד, ווי ס'איז אויפגעשטעלט געווארן א ספעציעלע מחיצה, און דארט אויפגענומען דעם ציבור החסידים און זייערע משפחות עטליכע שעות נאכאנאנד.


ארום עלף אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד און נאכן דאווענען אפגעראכטן א מסיבת לחיים רבתי אינאיינעם מיט קהל חסידיו תושבי העיר. צום ערשט האט אויפגעטראטן מיט דברי פתיחה הרה"ח ר' יוסף אייזענבערג הי"ו פון די חשובע חברי הקהלה וועלכע האט ארויסגעברענגט די גרויסע התרגשות פון די חסידים אין שטאט מקבל צו זיין מלכם ומאורם. דערנאך האט אויפגעטראטן דעם רבינס זון הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א רב דחסידי צאנז אין אמעריקא וועלכע האט ארויסגעברענגט די מערערע פעולות נשגבות וואס ווערן געטון אינערהאלב די קהלה. צום קלימאקס האט מען זוכה געווען צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט בין הדברים ארויסגעברענגט, וואס ער הערט כסדר צוריק פון דעם שיינעם בליה און וואוקס פון דער ביהמ"ד ברוחניות ובגשמיות, און בפרט די אחדות וואס הערשט צווישן די חברי הקהילה כאיש אחד ובלב אחד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פרסים פאר די בחורים המצטיינים פון די קהילה.


שפעטער ביינאכט האט דער רבי מבקר חולה געווען ביי המקובל הרה"ג רבי חיים בער ווייסבערג שליט"א מראשי ישיבת שער השמים ומחשובי תלמידי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, און ארום איינס אזייגער ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען צו די אכסניא אין בארא פארק בבית הנגיד ר' יחזקאל ליפשיץ הי"ו וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע טעג ביז שבת.



תגובות


bottom of page