top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 8 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

דער פריינטליכע באזוך די וואך פונעם רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר ביי פרעזידענט פוטין.



דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מרדכי הערש שפיטצער שליט"א ראש ישיבת תורת צבי ספינקא איבער די שידוכים קריזיס וואס פלאגט דעם היימישן עולם.


האדמו"ר מטשערנאביל אויפן פליגער אונטערוועגנס קיין פאריז פראנקרייך צום יערליכן מסע החיזוק וואס דער רבי נעמט אונטער יאר יארליך אין די טעג ארום דעם יום המסוגל ג' בשלח.


האדמו"ר מבאבוב אין א שמועס מיט הרבני הנגיד ר' אליעזר קעסטענבוים שליט"א במקום הנופש אין פלארידא.


האדמו"ר מסטריקוב ביים אנגיסן לחיים פארן פלאמעניק האדמו"ר מסטריקוב ירושלים ביי די חתונה פון א אייניקל די וואך.


הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו שרייבט זיך א קוויטל ביי הרב שאול גרינבערגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ איידערן אריינגיין אל הקודש פנימה צום רבי'ן נאך די חתונה די וואך מאנטאג בחצה"ק וויזניץ.


האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג איז מנחם אבל די וואך ביי הנגיד ר' אורי כהן הי"ו פון פלעטבוש מגדולי תומכי המוסדות.


האדמו"ר מבישטינא אין א מאמענט פון דביקות ביי הבדלה פאריגן מוצאי שבת אין שטאט לעיקוואד.


האדמו"ר מצאנז איז מבקר חולה אין וויליאמסבורג ביי המקובל הרה"ג רבי חיים בער ווייסבערג שליט"א מראשי ישיבת שער השמים ומחשובי תלמידי הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן בברכת שהחיינו בשם ומלכות.


ופניהם איש אל אחיו: אינעם הונטערגרונד מערקט "קרישקעס" דעם בילד פונעם רבינס ברודער האדמו"ר מצאנז קלויזענבורג.

האדמו"ר מלעלוב ביים פארטיילן כוס של ברכה פונעם הייליגן בעכער פון זקינו הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע נאכן סעודת הילולא פארלאפענעם מוצאי שבת ז' שבט.


האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ביים כתיבת אותיות אינעם ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך די אחינו ACS ארגאנעזאציע, ביים יערליכן דיננער לטובת די ארגאניזאציע.


שיינעם מחול לצדיקים ביים חתונה אין בארא פארק בבית הארדענקא - ביאלא לאנדאן צווישן די זיידעס האדמו"ר מביאלא לאנדאן און מחותנו האדמו"ר מהארדענקא פון מאנטשעסטער.


אם חכם בני: הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א הערט זיך צו מיט נחת דקדושה צו א דרשה פון בנו יחידו הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א רב ביהמ"ד איגוד אברכים, ביי א משפחה שמחה די וואך.


זקנים עם נערים שטופן זיך צו כאפן "הבדלה וויין" פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וויליאמסבורג נאכ'ן פראווען א געהויבענעם שבת אין מאנטשעסטער.


העסקן הרב אברהם הערש אייזנבערגער יד ימינו פון הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא אין א שמועס מיט האדמו"ר מסאטמאר אין פאלם ספרינגס.

האדמו"ר מבאבוב 45 אין א תורה'דיגן שמועס מיט הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא וויילנדיג אינאיינעם אויף אפרוה אין סקאטסדעיל אריזאנע.


ר' ניסן בייער פאטאגראפירער בחצר הקודש סקווירא האט "קרישקעס" באמערקט זיך וואונטשן ביי האדמו"ר מתולדות אהרן אין טבריה.


מאחורי הפרגוד: צוויי יונגעלייט כאפן א בליק אריין פון אונטער די פורהאנג אויף די אנגייענדע ארבעט ביים נייעם פשעווארסקער ביהמ"ד אין אנטווערפן.


גאב"ד וואודריזש ווערט באמערקט ערב שבת אהיימגייענדיג למעונו אין וואודריזש נאכן זיך טובלן לכבוד שב״ק.


הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו מערקט "קרישקעס" ביים חתונה די וואך בחצר הקודש וויזניץ, פון הכלה נכדת הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א מיטן חתן א זון פון מקורבו הרה"ג ר' יחיאל חיים ליבערמאן שליט"א רב ביהמ"ד אור החיים אין ירושלים.


קריאה קדושה ארויסגעשטעלט ביים חתונה די וואך בחצר הקודש וויזניץ מיט א רוף צו די חסידים מתפלל צו זיין לרפואת האדמו"ר מוויזניץ מרן ישראל בן לאה אסתר, וועלכער גייט די טעג אריבער פרישע סעריע מעדיצינישע באהאנדלונגען.


האדמו"ר מביאלא בני ברק איז מספיד ביי די לוויה די וואך פון הרה"צ ר' משה מרדכי ראבינאוויטש ז"ל, בן אחיו האדמו"ר מביאלא אוסטראבא וואס האט זיך נישט פערזענליך משתתף געווען ביי די לוויה זייענדיג אפגעשוואכט נאך די שווערע בראך וואס האט אים באטראפן.


האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט הרה"ג ר' חיים שלמה בערגער שליט"א אב"ד קהל חסידים קאסא גראנדע, נאך תפילת שחרית איינע פון די טעג אין פאלם ספרינגס קאליפארניע.


שולחי דרבנן העסקן הרב יצחק גאלדקנאפף הי"ו באגריסט גאב"ד מאקאווא בעת די שמחת החתונה די וואך בחצה"ק גור.


האדמו"ר מזוטשקא אמסאנא לערנט בחבורתא מיט צוויי בחורים תלמידי ישיבת תורת דוד זוטשקא אמסאנא וועלכע האבן געפראוועט א שבת התאחדות אינאיינעם מיט די רבני הישיבה אין שטאט רחובות.


האדמו"ר מלעלוב ביים צינדן די נרות שבת אינעם שאטער הגדול סמוך ונראה צום ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי דוד לעלובער זי"ע ערב די הילולא קדישא ז' שבט.


נאך פון די פרייליכע ריקודין ביים הילולא קדישא אין לעלוב פוילין.


די לעצטע הכנות צום התועדות העולמית דחסידי וויזניץ וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם שבת פ' בשלח - שירה אין אילתר אין שפיץ פון האדמו"ר מוויזניץ.

די שטח ביים וואסער וואו עס וועט פארקומען דער מעמד שירת הים, ליל שב"ק, טאקע אויפן ארט פונעם ים סוף וואס גרעניצט זיך מיט דרום ארץ ישראל.


פריוואטער שבע ברכות לרגל די חתונה בחצר הקודש גור צוגעשטעלט דורך הנגיד ר' דוד סארומפער הי"ו מחשובי חסידי גור אין לאנדאן.


די נייע מלכות'דיגע טיש צודעק לכבוד די גרויסע חתונה נעכטן בחצרות בית וויזניץ, פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בני ברק.


האדמו"ר מפאפא באזוכט אין די נייע מקוה טהרה וואס ווערט געבויעט אין שטאט לינדען וואו די רבי האט געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די פארשריט צו פארענדיגן די מקוה ווי אמשנעסלטן מרבה צו זיין טהרה בישראל.


הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור פארברענגט מיט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו אויפן מזרח ביים גרויסן גערער חתונה די וואך.


דער אסיר ציון הבחור החשוב צבי הירש פערקאוויטש ממציוני תלמידי ישיבת פונוביז טרעט אויף ביים מסיבת קבלת פנים לכבודו בהיכל הישיבה, נאכן זיין באפרייאונג פון טורמע וואו ער האט געשמאכטעט עטליכע וואכן אין ליכט פונעם שרעקליכן גזירת הגיוס.


א הערצליכע ברכת מזל טוב לכבוד הרה"ח ר׳ אלי דייטש הי"ו נאמן ביתו פונעם משפיע הגה״צ רבי אלימלך בידערמאן שליט״א, לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ח ר׳ ישראל פוקס הי"ו דער ארויסגעבער פון די גאר פאפולערע חיזוק היומי ווידיאו'ס מתורת המשפיע ר׳ אלמילך.


האדמו"ר מביאלא ביי קידוש לבנה אין די מעטראפאל האטעל אין אראזא שווייץ, נאך א אומגעראכטענע באזוך פון רבי'ן אינעם האטעל וואס שטייט אונטער זיין השגחה.


הגה"צ אבד"ק חאנטשין מאנסי שליט"א באזוכט די וואך ביי האדמו"ר מביאלא בבית האכסניא אין מאנסי.


אין חצר הקודש סערט וויזניץ, זענען די חסידים אין די טעג אינפארמירט געווארן איבער די גרינדונג פון א נייע 'ועד לעניני חצר הקודש' בקרב הקהלה. דערווייל איז נאכנישט פארעפענטליכט געווארן די אפציעלע ענדגילטיגע סיבה צוליב וועלכע צוועק מען גרינדערט דעם נייעם ועד, אבער לויט ערשטע באריכטן וועט דער וועד שטיין על המשמר צו באגלייטן די פריש חתונה געהאטע אינגעלייט און זיכער מאכן אז א יעדע אינגערמאן זאל זיין מסודר מיט א קביעות'דיגע בית המדרש ווי ער לערנט און ער דאוונט.


האדמו"ר מסאדיגורא איז מנחם אבל ביים דיין הגאון רבי מאיר הייזלער שליט"א נאך די פטירה פון זיי פאטער הגאון רבי נח הייזלער זצ"ל דער רב פון די סנהדריה המורחבת געגענט אין ירושלים.


הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים שליט"א ביים ליינען קוויטלעך אויפן ציון הק' פון הרה"ק רבי מענדעלע מרימינוב זי"ע ביום המסוגל לפרנסה ג' בשלח, בעת דער באקאנטער איש מירון הרב מאיר בלוי איז מהנה מיט ניגוני ל"ג בעומר.


האדמו"ר רבי ישראל יהודיוף שליט"א באזוכט ביי האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן וואו דער מקובל האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיטן משקה "ערק" וואס איז כידוע געווען א גרויס עסק ביי זקינו דער באבא סאלי זי"ע.


די אריינגאנג צום שטאט אילת וואו עס וועט אפגעהאלטן ווערן די התוועדות העולמית דחסידי וויזניץ דעם קומענדיגן שבת בשלח - שירה.


אייגנארטיג בילד פון האדמו"ר מטרעבישאן ביים בעטן שיריים פון מחותנו האדמו"ר מזוועהיל ביי איינע פון די שבע ברכות בשמחת צאצאיהם.


הרב בנציון שטאנגער משב"ק האדמו"ר מוויזניץ און שלוחי דרבנן העסקן הרב יעקב טעסלער הי"ו מערקט "קרישקעס" ביים מיטהאלטן דעם אינהאלטסרייכע פראגראם ביים אסיפה גדולה "תענוג ונחת" בחצר הקודש וויזניץ וואו עס איז פארגעשטעלט געווארן דעם נייעם חתונה פלאן "אפריון" צו קענען חתונה מאכן בדרך כבוד.


האדמו"ר מאלכסנדר ביים אנוואונטשן ר' מרדכי ראבינאוויטש הי"ו פון די בארימטע 'טיפ הפקות', בעת דער מעמד התפילה פאריגע וואך ביים ציון הק' אין ליזענסק, וואו דער רבי האט זיך באדאנקט פארן אהערשטעלן די גאנצע נסיעה על צד היותר טוב.


טעימה פונעם רעוא דרעוין בצל הקודש פון האדמו"ר מבישטינא פארגאנגענעם שבת בא אין שטאט לעיקוואד.


הרב יונתן בורנשטיין הי"ו מנכ"ל איחוד מוסדות גור באגריסט דער בארימטע חזן ר' ישראל אדלער הי"ו ביים גערער ביזנעס עקספאו פארגאנענע וואך.


הרה"ח ר' לייבוש שווארץ הי"ו פון יוניאן סיטי משב״ק כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל זצ"ל ביים שלום נעמען פון האדמו"ר מצאנז בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך אין יוניאן סיטי.


אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ בעתן זינגען דעם אויסגעווייקטן אהבה רבה ביים יארצייט טיש אין לעלוב פוילין דעם אנהייב וואך.


האדמו"ר מבישטינא ווערט געזעהן ביים ציון הק' פון אדמור"י בית ליובאוויטש אויפן בית החיים אין שטאט קווינס, לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק הריי"ץ מליובאוויטש זצוק"ל וואס איז אויסגעפאלן די וואך י' שבט.

הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב פון מגדל העמק קוקט זיך צו פון זיין אכסניא אין שטאט לעלוב, צו די ריקודין ביים חצר הציון הק' בעת דער מעמד ההדלקה דורך האדמו"ר מלעלוב לכבוד ההילולא.


הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבד"ק ראצפערט נכד האדמו"ר מסאטמאר באזוכט ביי האדמו"ר מדינוב איינצולאדענען צו די חתונה פונעם עלטסטן קינד וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך.


האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א און דער משב"ק הרב שמואל טייטלבוים הי"ו, אינעם טעטבארא לופטפעלד איידערן אפרייזן קיין מיאמי אויף אפרוה.


דעם רבי'ן ביים אויפשטייגן דעם פריוואטן פליגער אינאיינעם מיט די מקורבים.


ביים אנטוהן דער גאלדענע קאפטן פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע פארן חתן אייניקל פון הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א איידערן ארויסגיין צום מעמד החופה.


האדמו"ר מרחמסטריווקא ספרינג וואלי ביים איבערגעבן א שיחת חיזוק אין ישיבת "והגית" לרגל די ימי השובבי"ם.


תלמידי ישיבת מאור התלמוד באזוכן ביי האדמו"ר ממונקאטש לשמוע את דבר ה' לרגל די ימי השובבי"ם.


האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה אין א ריקוד מיט זיינע קינדער ביים שבע ברכות וואס דער רבי האט צוגעשטעלט לכבוד די שמחה בבית גיסו הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש.


דער ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל דעם זונטאג בשלח ביים גרויסן שניי שטורעם, גרייט צו ארייננעמען די הונדערטער מתפללים טראץ די ביטערע פרעסטן.


האדמו"ר מוויזניץ פארטיילט מיני מתיקה פאר די ילדי החסידות בעת דעם רבינס באזוך פאריגע וואך אין בארא פארק.


המשפיע הרה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אין א ריקוד נלהב ביים שמחת התנאים פון א אייניקל די וואך.


הגה"צ רבי חיים אהרן אונגער שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן דסאטמאר (מהר"א) מערקט "קרישקעס" ביים שמחת התנאים די וואך בבית הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט אין בארא פארק.


האדמו"ר מסאטמאר אין א שמועס מיט העסקן הרה"ג ר' יעקב יחזקי' סופר שליט"א פון וויען עסטרייך ביים שמחת התנאים פון א אייניקל די וואך אין בארא פארק.


צונויפשמועס אינעם לוד לופטפעלד צווישן דעם בארימטן פילאנטראפ ר' יואל לאנדא הי"ו און דער חרדישע שריפטשטעלער ר' ארי' ארליך הי"ו.


האדמו"ר מבאבוב 45 אין א תורה'דיגן שמועס מיט הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא וויילנדיג אינאיינעם אויף אפרוה אין סקאטסדעיל אריזאנע.


הרב יעקב אהרן ווערצבערגער משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל פארלאזט ביתו נאוה קודש פון האדמו"ר מסערט וויזניץ אין צפת אין באגלייטונג פונעם שריפטשטעלער הרב יוסף מאיר האס מחשובי חסידי סערט וויזניץ, נאך א לענגערן באזוך בקודש פנימה.


הרה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א וואס איז אויפגענומען געווארן אלס אבד"ק סיגוט אין וויליאמסבורג טרעט אויף צום ערשטן מאל ביים סעודת הילולא המאה פון הגה״ק בעל עצי חיים זי״ע אפגעראכטן געווארן אין ביהמ״ד דקהל עצי חיים סיגוט אין וויליאמסבורג.

האדמו"ר מבוהוש אין א באגעגעניש מיט האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה ביים חתונה די וואך בחצרות זוועהיל - טרעבישאן.


צענדליגער בחורים וועלכער ווארטן אויף א זיווג הגון טאנצן אויפן טיש ביים יארצייט טיש אין לעלוב - פוילין, וואו דער באקאנטער סגולה וואס איז לעצטענס נתפרסם געווארן ווען פילע עלטערע בחורים וועלכער זענען געפארן צום יארצייט און געטאנצן אויפן טיש, זענען בשטומ”צ א חתן געווארן די קומענדיגע יאר.


יפה כח הבן מכח האב: האדמו"ר מראחוב און בנו האדמו"ר ממעזיבוז ווערן באמערקט ביים ציון הרשב"י אין מירון, זייענדיג מעתיר לישועת הכלל והפרט.


האדמו"ר מסטאניסלאוו מערקט "קרישקעס" ביי א חתונה די וואך ביי איינע פון די חסידים אין מאנסי טאנצנדיג צווישן דעם עולם, מיט זיין זעלטענעם פשטות וענוות חן.


דער פאטאגראפירער בחצר הקודש צאנז ר' משה גאלדשטיין הי"ו ביים זיך איינהאנדלען ליין מאטעריאל אויף שבת, וויילנדיג אין מאנסי במחיצתו פון האדמו"ר מצאנז.


באגעגעניש צווישן האדמו"רים מטשערנאביל און קאפיטשניץ די וואך, וואו די רבי'ס האבן זיך ווארעם באגריסט איש את רעהו.


פריש אנטדעקטער בילד פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א וואו ער טאנצט מיט אן אש קודש אלס אינגערמאן אינעם חצר באתרא קדישא מירון נאך איידער ער איז נתפרסם געווארן אלס מגיד מישרים.


ריזיגער טאוול ארויסגעשטעלט געווארן אין ביהמ"ד הגדול דק"ק קרית יואל מיט א מעלדונג איבער די געפלאנטע מסע הקודש "בוני המלוכה" בראשות האדמו"ר מסאטמאר צו די מקומות הקדושים דעם קומענדיגן שבת במדבר הבעל"ט.


הגה"צ רבי חיים יוסף לייטנער שליט"א אבד"ק מאנטיווידעא שארט בענוותנותו אליינס די שניי פארנט פון בית מדרשו קהל בנין דוד מאנטיווידעא, כדי מ'זאל קענען קומען דאווענען און לערנען.


טפחיים מעל הקרקע: האדמו"ר מזוועהיל אין א פייערדיגן ריקוד מיט בנו החתן ביים גרויסן חתונה די וואך.


האדמו"ר מסטיטשין אויף א בליץ באזוך אין לאנדאן וואו דער רבי האט באשיינט א שבע ברכות ביי איינע פון די חסידים אין שטאט.


תגובות


bottom of page