top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידי וחסידי סאטמאר באוויינען פטירה פון לעגאנדארן בונה ומקים עולמות של תורה הרה"ח ר' ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל

  • Bechatzros admin
  • לפני שעה
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' יתרו ט"ו שבט | בחצרות הקודש

תלמידי וחסידי סאטמאר באוויינען די פטירה פונעם לעגאנדארן נדיב, בונה ומקים עולמות של תורה הרבני החסיד רבי ישראל דוב גאלדבערגער ז"ל פון קרית יואל, וועלכע איז יעצט מאנטאג מיטאג נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 86 יאר.


די פטירה פון רבי ישראל דוב לאזט איבער א גרויסע חלל, נאך העכער א יובל יארן וואס ער איז געווען דער תומך, נדיב, טפסר, לכל קדשי בית ישראל, שווערע מיליאנען דאללארן האבן זיך געגאסן פון אים אויפצובויען בנינים אדירים פאר פילע קהלות ומוסדות בישראל, און בכלל פאר אלע סארט צדקה ארגאניזאציעס, און פאר פריוואטע נצרכים, אידישע קינדער בכל מקום ובכל זמן.


אבל יחיד עשו לך ק"ק סאטמאר, וואו דער נפטר ע"ה זייענדיג א תלמיד נאך פון הרה"ק הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אנהאלטענדיג א גאנץ לעבן די מדת הצדקה וואס דער סאטמארער רבי האט אריינגעבאקן אין זיינע תלמידים וחסידים, און די סאטמארער קהלה ומוסדות איבער די גארער וועלט האט גענאסן פון א פלוס פון גוזמאות'דיגע סכומים וואס דער נפטר ע"ה האט זיך געלאזן קאסטן עד אין שיעור וערך, בעיקר שיינט ארויס דאס התנדבות פון די ריזיגע בנינים אדירים פאר קהלות ומוסדות סאטמאר די בכל אתר ואתר לשם ולתפארת, ווען אויף די מאסיווע געביידעס זענען אויסגעקריצט מיט גאלדענע אותיות "בנין ישראל דוב" לשמו ולזכרו, און במיוחד ווען בלויז געציילטע וואען צוריק בימי החנוכה האט ער איבערגעגעבן זיין אנסטרנאמישע "פיר מיליאן דאללערדיגע נדבה" לטובת דאס מאסיווע איבערבוי פון בנין בית המדרש הגדול סאטמאר אין שטאט וויליאמסבורג.


מיט עטליכע וואכן צוריק איז ר' ישראל דוב ע"ה אפגעפלויגן קיין פלארידע אויף אפרוה, ווי ער פלעגט וויילן אלע יארן במשך עטליכע וואכן אינעם ווינטער, זייענדיג דארט איז אין אים אנטשטאנען א שווערע בלוט אינפעקציע, און ער איז אפגעפירט געווארן אין א לאקאלע שפיטאל, ווי ער האט זיך אויפגעהאלטן ביז היינט מאנטאג בעת פטירתו.


מיט עטליכע וואכן צוריק האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויסגעלאזט אויף א בליץ באזוך פון בלויז איין טאג קיין פלארידע ספעציעל צו מבקר חולה זיין ר' ישראל דוב ע"ה אלס הכרת הטוב פאר זיינע פולע לייסטונגען און מעשי צדקה וחסד.


אין די לעצטערע טעג איז אנטשאנען א פארערגערונג אין זיין מצב, בעת מען האט אין אלע סאטמארע צענטערן מתפלל געווען לרפאותו השלימה והמהירה, ביז היינטיגן מאנטאג מיטאג ווען ער האט געווען נשמתו ליוצרו אין עלטער פון 86 יאר לדאבון לב כל בית ישראל.


ר' ישראל דוב ע"ה לאזט איבער זיין חשובע אלמנה שתחי' וואס האט אים אזוי געטריי באגלייט במשך אלע יארן, און לאזט אויך איבער א הערליך דור, קינדער איידעמער און אייניקלעך בני שלשים ורבעים, צווישן זיי עטליכע קינדער וואס זענען באקאנט אלס פילאנטראפישע נדיבים ונגידים בקרב בית ישראל ההולכים בדרכי אבות, הרבני הנגיד ר' אברהם יהודה גאלדבערגער הי"ו, הרבני הנגיד ר' סענדער גאלדבערגער הי"ו, און נאך.


די לוויה קומט פאר היינט נאכמיטאג אין נארט מיאמי פלארידע, וואו רבו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי הספד, און פון דארט וועט די נפטר געפירט ווערן קיין ניו יארק וואו ער וועט קומען לקבורה.



תגובות


bottom of page