top of page


רירנדע באזוך פון האד' מסאטמאר אין די "ממתקים קעמפ" אין די המספיק רעזארט
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ פארלפאנעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין די קעטסקילס אויף די יערליכע באזוך אין די קעמפס, איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט, וואו דער רבי איז צום ערשט אריבער אין שטוב פון הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פעולות נשגבות דורך די וו


האד' מבאבוב-45 רעכט אפ יערליכע באזוך אין מחנה מכינה לישיבה באבוב-45
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג. דעם פארלאפענעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר שליט"א מבאבוב 45 אנגעקומען צום מחנה כתה מכינה לישיבה באבוב 45 אויף א יערליכע באזוך בקרב תלמידי הישיבה. אנקומענדיג בשערי המחנה האבן די בחורים מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה, און מען איז אדורך שלום נעמען. דאן האבן די בחורים געהאט די זכיה צו דאווענען שחרית אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א אין בית המדרש אינעם קעמפ. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א


האד' מאמשינוב באשיינט שמחת הנישואין פון ערשטע אייניקל ביי אחיו צעיר הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פילע אמשינובער חסידים האבן זיך מיטגעפרייט ביי די חתונה פונעם ערשטן אייניקל ביי הרה"צ רבי משה מליקובסקי שליט"א, אחיו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס דינט שוין רבות בשנים אלס דעם רבינ'ס יד ימינו און איז פאר לאנגע יארן געווען דער מוליך ומביא פונעם רבי'נס שטוב צו די חסידים, וידו כידו אין אלע ענינים. כחצות הלילה איז דער רבי שליט"א ערשינען צו די שמחת החתונה וואס איז פארגעקומען אין א זאל אין מודיעין עילית,


ברוך אתה בצאתך: מעמד צאתכם לשלום לכבודו פון האד' מוויזניץ לאנדאן אין הר יונה
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א אין הר יונה, וואו דער וויזניצער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע פאר וואכן אויף מנוחת הנפש אין שיכון מעזריטש. דער תולדות אברהם יצחק רבי האט געדאוונט מנחה און מעריב אינאיינעם מיט'ן וויזניצער רבי'ן און די אנוועזנדע. צווישן מנחה און מעריב איז פארגעקומען א רירנדע מעמד צאתכם לשלום, ל


מרבה תורה: "שיעור ד'" פון די מתיבתא אין קרית יואל אפגעקויפט א הערליכן נייעם בנין אין די וואדבערי געגענט
זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין נאך א פרישע רינגעלע אינעם קייט פון הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מתיבתא אין קרית יואל, קומט אריין די נייעס אז די בארימטע "שיעור ד'" איז נארוואס אריין אין "קאנטראקט" אויף א מאסיוו הערליכער בנין מפואר, אין די וואדבערי געגעגנט, א שטילער רואיגער ווינקל בגלילות קרית יואל. דער מקח איז געשלאסן געווארן בברכת קדשו ועידודו פונעם ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אפצוקויפן בקרוב דער ענדגילטיגער מקום מנוחה פאר דעם הערליכן צווייגל


האד' מקרעטשניף וועט ארויספארן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין חתנו האד' מבית שמואל צבי דספינקא לרפו"ש
זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט מאנטאג נאכמיטאג וועט זיך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ארויסלאזן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביי חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא שליט"א לרפואה שלימה. דער ספינקער רבי שליט"א, וועלכער איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע מיט איבער א יאר צוריק, איז דעם פרייטאג ערב שבת אריינגעפירט געווארן אין איילעניש צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט ווען עס זענען א
bottom of page
