top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבה תורה: "שיעור ד'" פון די מתיבתא אין קרית יואל אפגעקויפט א הערליכן נייעם בנין אין די וואדבערי געגענט

  • 10 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין נאך א פרישע רינגעלע אינעם קייט פון הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די מתיבתא אין קרית יואל, קומט אריין די נייעס אז די בארימטע "שיעור ד'" איז נארוואס אריין אין "קאנטראקט" אויף א מאסיוו הערליכער בנין מפואר, אין די וואדבערי געגעגנט, א שטילער רואיגער ווינקל בגלילות קרית יואל.


דער מקח איז געשלאסן געווארן בברכת קדשו ועידודו פונעם ראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אפצוקויפן בקרוב דער ענדגילטיגער מקום מנוחה פאר דעם הערליכן צווייגל וועלכע שטעלט צו פאר די ערוואקסענע בחורים א מקום תורה ותפילה, מקום לינה, און א פלאץ צו שטייגן אויפ'ן שענסטן ניווא, יעצט אי"ה אויך מיט הרחבת הדעת.


דער יעצטיגער לאקאל פונעם בארימטער "מתיבתא שיעור ד'" איז געווארן אהערגעשטעלט מיט 15 יאר צוריק בעת די ישיבה גדולה האט זיך צוטיילט אין די סניפים, און ס'איז געווען א שווערע זארג אז די ערוואקסענע בחורים זאלן נישט בלייבן אן קיין ישיבה ח"ו נישט האבנדיג קיין לאקאל, די הנהלת הקרי' פון קרית יואל – כאטש רוב פון די בחורי חמד זענען נישט קיין קרית יואל'ע תושבים – האט זיך דאן אנגערופן מיט א הילף-פארשלאג, און צוגעשטעלט א שטאק פונעם מצילי אש גאראדזש בנין אין קרית יואל צו ווערן ארויסגעדינגען אלס צייטווייליגער אכסניא לתועלת הענין.


אינדערצווישן איז די ישיבה פארבליבן אויף דעם פלאץ שוין לאנגע יארן, בעת דער צושטאנד איז געווארן שווערער, סיי פאר די תלמידי הישיבה וועלכע שלאפן אין טרעילארס וואס מ'האט אראפגעשטעלט אויפ'ן פארקינג לאט, און מ'האלט זיך אויף צווישן ווירבלדיגע טרעפיק און אנגעלייגטע גאסן, אזוי ארום איז די געברויכן און פלאץ פאר די צענלדיגער ערוואקסענע בחורי חמד געווען היבש נאכגעלאזט, זייענדיג פארוואגלט אן קיין געהעריגער פלאץ ווי עס פאסט פאר אזא מוסד.


דער נייע בנין געפונט זיך אויף די שונעמאנק גאס אין וואדבערי קרית יואל, און איז גאר שטארק צוגעפאסט צו דינען אלס אכסניא של תורה פאר בחורים, דער מקח האט אפגעקאסט קרוב צו צוויי מיליאן דאללער, און בקרוב וועט געלאזט ווערן אין גאנג א מאסיווע בליץ קאמפיין, ווען די תלמידי ויוצאי הישיבה וועלן נעמען צילן, צו שאפן געלטער פאר בית חייהם, און העלפן שאפן די אסטראנאמישע סומע וואס האט געקאסט אפצוקויפן דעם בנין הישיבה.

תגובות


bottom of page