top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב-45 רעכט אפ יערליכע באזוך אין מחנה מכינה לישיבה באבוב-45

  • לפני 38 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג.

דעם פארלאפענעם זונטאג איז כ"ק אדמו"ר שליט"א מבאבוב 45 אנגעקומען צום מחנה כתה מכינה לישיבה באבוב 45 אויף א יערליכע באזוך בקרב תלמידי הישיבה. אנקומענדיג בשערי המחנה האבן די בחורים מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשירה ובזמרה, און מען איז אדורך שלום נעמען.


דאן האבן די בחורים געהאט די זכיה צו דאווענען שחרית אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א אין בית המדרש אינעם קעמפ. נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים, וואו דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' דוד ווייס שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א בשם רבנן ותלמידהון, און איבערגעגעבן א גרוס פון די געוואלדיגע הצלחה פון די תלמידים במשך די זומער וואכן. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש התעוררות והדרכה בעבודת ה' פאר די בחורי חמד, און די בחורים זענען אריבערגעגאנגען זאגן לחיים.


נאכדעם איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום שטוב פון בנו חביבו ויד ימינו הרה"צ ר' יחזקאל שליט"א, וועלכער דינט אלס מגיד שיעור אין כתה מכינה לישיבה. דער רבי האט זיך דארט געוואשן צו פת שחרית, אינאיינעם מיט די צוות הישיבה, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען שיחות קודש והדרכות ישרות איבער הרבצת תורה ויראת שמים פאר תלמידים. נאך פת שחרית איז דער רבי שליט"א צוריקגעקערט למעון קדשו אין די מתיבתא קעמפ אין פארקסוויל.




תגובות


bottom of page