רירנדע באזוך פון האד' מסאטמאר אין די "ממתקים קעמפ" אין די המספיק רעזארט
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום שווארץ
פארלפאנעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין די קעטסקילס אויף די יערליכע באזוך אין די קעמפס, איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט, וואו דער רבי איז צום ערשט אריבער אין שטוב פון הנגיד ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פעולות נשגבות דורך די וואוילטעטיגע המספיק ארגאנעזאציע, צווישן אנדערע די קעמפ "ממתקים" פאר פילע תלמידות פון המספיק אוו ראקלענד.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די בנין פון קעמפ ממתקים און זיך אומגעקוקט אינעם נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם בנין און דאן אריין אינעם זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און די איינגעשטעלטע פונעם קעמפ, עס האט אויפגעטרעטן און באגריסט דעם רבי'ן שליט"א, הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א, מנהל מחנה ממתקים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון ארויסהעלפן חולי ישראל, און דער רבי האט דערמאנט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם מוסד און טוט אזויפיל פאר חולי ישראל שוין פאר לאנגע יארן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די תלמידות און פאר אלע איינגעשטעלטע.
































תגובות