top of page


מוצאי ההילולא: האד' מבאבוב 45 פוקד געווען ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וויילנדיג בגלילות קרית יואל אויף אפרוה
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף די יעצטיגע טעג אין טשעסטער בגלילות קרית יואל אויף אפרוה, איז נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט כחצות הלילה - מוצאי די הילולא קדישא פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו אנגעקומען צום ציון הקדוש אין באגלייטונג פון בלויז געציילטע מקורבים און משמשים בקודש. דער רבי שליט"א האט געזאגט עטליכע מזמורי תהלים ביים ציון, און דערנאך די יהי רצון בהתעוררות רב. זייענדיג דארט ביים ציון, זענען צוגעקומען


באתרא דמר: גרויס התעוררות ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון האד' מסאטמאר אין קרית יואל
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י שטיין דעם כ"ו אב די 47'סטע הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האבן חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט בפרט במקום מנוחת קדשו אין קרית יואל, מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט, ספעציעל ביים יומא אריכתא וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוח מרומם אין קרית יואל בצל הקודש פון מ


מעמד הכתרה פון הגה"צ רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א חתן האד' מדושינסקיא אלס אבד"ק דושינסקיא הר יונה
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה וחדווה איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד ההתמנות בקרב קהילה קדושה דושינסקיא אין הר יונה, ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט ממנה געווען חתנו כבנו הרה"ג רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א, מו"צ העדה החרדית און ראש כולל להוראה דושינסקיא, אלס רב ודומ"ץ פון די קהילה און קרית דושינסקיא המעטירה אין הר יונה נוף הגליל, לעמוד לפני העדה לשרתם מיט זיינע פסקים און שיעורים. דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינעם היכל ביה


טראגעדיע: הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק נפטר געווארן אין שווייץ
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש שאקירנדע נייעס איז אויפגענומען געווארן יעצט נאכמיטאג ביי חסידי צאנז קלויזענבורג על שמועה רעה כי באה איבער די פלוצימדיגע און פריצייטיגע פטירה פון האי גאון ומרביץ תורה, מגדולי המורים הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דיין ומורה צדק דקהל צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וועלכער האט היינט דינסטאג נאכמיטאג פלוצים מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 43 יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין שטאט ציריך, שווייץ. דער דיין זצ"ל איז ג


גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי האד' מתולדות אברהם יצחק לברך ולתברך בברכת השנים
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אנגעקומען קיין הר יונה נוף הגליל, נישט ווייט פון מקום מגוריו אין קרית אתא, אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א לברך ולהתברך בברכת השנים. עס איז דערביי געשאפן געווארן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון די הייליגע טעג, און דער מאקאווער רב האט כדרכו איבערגעגעבן א קוויטל אין פדיון נפש להזכר לטובה. דערנאך האט אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק איבערגעגעבן פאר'ן רב שליט"א עפל און האניג


סעודת הילולא פון כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל בראשות בניו האדמור"ים | בילדער גאלעריע
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פאראפענעם דאנערשטאג ראה כ"ד אב איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל, בניו כ"ק האדמורי"ם מקאליש און סאטינוב שליט"א האבן אפגעראכטן די יארצייט טיש בצוותא חדא, אין ביהמ"ד שערי תורה אין פלעטבוש דעם ליל שישי, און צומארגנס פרייטאג ארויף אינאיינעם צום ציון הק' אויפן בית החיים אין מאנסי.
bottom of page
