top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוצאי ההילולא: האד' מבאבוב 45 פוקד געווען ציון הק' פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וויילנדיג בגלילות קרית יואל אויף אפרוה

  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וועלכער האלט זיך אויף די יעצטיגע טעג אין טשעסטער בגלילות קרית יואל אויף אפרוה, איז נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט כחצות הלילה - מוצאי די הילולא קדישא פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו אנגעקומען צום ציון הקדוש אין באגלייטונג פון בלויז געציילטע מקורבים און משמשים בקודש. דער רבי שליט"א האט געזאגט עטליכע מזמורי תהלים ביים ציון, און דערנאך די יהי רצון בהתעוררות רב. זייענדיג דארט ביים ציון, זענען צוגעקומען פילע אידן המצפים לישועה מיט הזכרות, און דער רבי שליט"א האט מפריש געווען צדקה פאר די קופת הצדקה ביים אוהל הקדוש. עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען דער רבי שליט"א האט זיך צוריקגעקערט צום אכסניא אין טשעסטער.




תגובות


bottom of page