באתרא דמר: גרויס התעוררות ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע בצל הקודש פון האד' מסאטמאר אין קרית יואל
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 18 דקות
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י שטיין
דעם כ"ו אב די 47'סטע הילולא קדישא פונעם רבן של ישראל מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע האבן חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט בפרט במקום מנוחת קדשו אין קרית יואל, מיט גרויס התרגשות מעלה געווען על נס זכרונו הבהיר, און מ'האט מתפלל געווען על מקום מנוחתו מיט גרויס התעוררות, מעתיר ומפציר צו זיין אויף ישועות ישראל בכלל ובפרט, ספעציעל ביים יומא אריכתא וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוח מרומם אין קרית יואל בצל הקודש פון ממשיך דרכו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
זונטאג - בעצם יומא דהילולא האט דער רבי האט געדאווענט שחרית אין די ישיבה על קברו ונקראת על שמו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל סמוך ונראה צום ציון הק', וואו א ריזיגער ציבור בעלי בתים און יונגעלייט, אברכים ובחורי חמד אריינגערעכנט פילע געסט זענען געקומען מיטדאווענען תפילת שחרית מיטן רבי'ן שליט"א, צוזאמען מיט די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבות בליעה"ר פון קרית יואל און אנדערע מקומות.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער מעמד "הכנה לעלי' לציון" און "סיום משניות" וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורי חמד תלמידי הישיבה לכבוד די יומא דהילולא, די רבי האט צום ערשט געמאכט די סיום ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, דאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט ארומגערעדט מיט דברי הכנה זאגענדיג אז מען גייט יעצט ארויף פוקד זיין די ציון הק' און יעדער האט בקשות, זה בכה וזה בכה, עס איז ליידער דא אסאך עגמות נפש אין אידישע הייזער בגשמיות וברוחניות בכל ענינים השם ירחם, און מען דארף מתפלל זיין אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן. באזונדער האט דער רבי מעורר רחמים געווען איבער די מצב אין ארץ ישראל צו קענען בלייבן ערליך אין אזא טריפה'נע מדינה און קענען עוסק זיין בתורה כדבעי.
דאן איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' אין באגלייטונג פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה. דער גאנצער אוהל איז געווען געשטאפט מיט חסידים עד אפס מקום, ווען הונדערטער בחורים שטעלן זיך אין די הייעך, צו קענען מיטהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן. דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט נעבן דעם ציון הק', און מיט גרויס התעוררות געזאגט די תפלה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, דערנאך ספר רביעי שבתהילים, די יהי רצון, און קדיש דערנאך.
נאך תהילים זאגן האט דער רבי שליט"א געלערנט א פרק משניות און געזאגט קדיש דרבנן, און דאן געליינט קוויטלעך פונעם ציבור, בעת די ארומיגע משתטחים זינגען ניגוני התעוררות והתרגשות וואס מ'פלעגט זינגען בבית מדרשו של בעל ההילולא, שפעטער האט דער רבי שליט"א זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הק' און א לענגערע צייט מתפלל געווען אויף ישועתן של ישראל מיט גרויס התרגשות בזכותו פונעם בעל הילולא זי"ע, מיטן האפענונג פון יעדער אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוטס.
נאכן עלי' לציון איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א זון פון חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א אבד"ק ישמח משה קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו הילד יואל ני"ו, און דער רבי האט זיך דארט געוואשן צו פת שחרית, וואו ער האט א לענגערע וויילע ארומגעשמועסט מיט די אנוועזנדע, פערזענליכע זכרונות פונעם בעל ההילולא.
בצאת היום האט א ריזיגער ציבור זיך פארזאמלט אין ביהמ"ד הגדול, צו די צענטראלע סעודת הילולא וואס איז אפאגעראכטן געווארן במקום הקודש, אין דעם הייליגן ביהמ"ד וואס האט געהאט די זכי' אז דער בעל הילולא זי"ע האט דארט געפראוועט זיין עבודת הקודש מיט מסירת נפש אין זיינע לעצטע יארן בחיים חיותו.
דער גאנצער ביהמ"ד איז אויסעגשטעלט געווארן מיט די מאקסימום פלאץ, און דער אויבן אן איז געווען באשיינט מיט די פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים רבני ומנהיגי קהלות קדושות, צוזאמען מיט די דייני ורבני ק"ק סאטמאר פון אומעטום, ובראשם דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
צו די באשטימטע צייט איז די רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן. נאכן זיך וואשן צו די סעודת הילולא, האט די רבי געמאכט דעם "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר לעילוי נשמתו פונעם רבי'ן זי"ע. נאכ'ן מאכן דעם סיום האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם קדיש, און דערנאך געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מאכלים, ווי במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען פארשידענע ניגוני התעוררות ודביקות וואס מ'פלעגט זינגען אין די זמנים מיוחדים בבית מדרשו של רבי.
בעת דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן די דברות קודש איז דער ביהמ"ד שוין געווען איבערגעפולט פון ברעג צו ברעג, מיט טויזנטער אידן, זקנים עם נערים וואס האבן זיך פארזאמלט צו הערן די דברי אלקים חיים פון רבי'ן שליט"א. דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו פונעם בעל הילולא, ארויסברענגענדיג זיין גרויסקייט אין אלע הינזיכטן, הן בתורה והן בתפילה, צדקה וחסד, צניעות, און יראת שמים, די לגיון של מלך וואס ער האט אויפגעשטעלט.
סיי אינדערהיים פאר די מלחמה, און אזוי אויך נאך די מלחמה אין אמעריקע, האט ער אלץ משפיע געווען יראת שמים און זוכה געווען אויפצושטעלן א קהילה יראים ושלמים א מוסד תורה ויראה און נאך, און ב"ה שטייענדיג צענדליגע יארן נאך זיין הסתלקות וואקסן די מחנה אלקים, ערליכע בעלי בתים, נשים כשירות וצניעות, און דאס איז אלעס זיין השפעה יראת ה' טהורה עומדת לעד.
ובפרט אין קרתא קדישא הדין בעיר קרית יואל וואס איז לשמו ולזכרו וואוינען שוין היינט קרוב צו ניין טויזענט משפחות אלעס ערליכע אידן וואס גייען אין זיינע דרכים, און דער רבי האט מעלה געווען זכרונו הטוב פון אביו הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע וועלכע האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות ממשיך צו זיין די ירושה פונעם פעטער ז"ל אין קרית יואל.
דך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די טעמע פון דירות פרייזן אין קרית יואל און אין די גלילות, ארויסברענגענדיג אז קרית יואל איז היינט די ביליגסטע אידישע שטאט צוליב די תקנת העיר אז דירות ווערן פארקויפט פאר בלויז $300 א סקווער פיס, אויך האט דער רבי אויסגערעכנט פילע נייע בוי-פראיעקטן אין די פארשידענע שכונות לענגאויס די שטאט וואו עס בויען זיך אין די טעג טויזנטער נייע דירות.
נאכ'ן ארויסהייבן די בוי-אנטוויקלונג, איז דער רבי שארף ארויס קעגן פארשידענע מוכרים און מעקלער וואס פאפן אויס קונים מיט פאלשע שטייערן אדער נישט ריכטיגע סקווער-פיס נומערן, אנגעבנדיג אז דאס איז ריכטיגע "אונאה", דערביי האט דער רבי פאקטיש געצייגט א דאקומענט פון א קונה אין די גלילות וואס מען האט אים איינגערעדט אז די שטייערן וועט קאסטן $6,000, אבער אין רעאליטעט האט ער ערהאלטן שטייער-בילס פון איבער $17,000.
אויך האט דער רבי געמאלדן אז מען האט שוין ערהאלטן פערמיטן צו אויפבויען 200 דירות אין די נייע סאטמארער גאנץ יעריגער ישוב 'קרית משה' אין מאנטיסעלא, און די פרייזן דארט וועט זיין ביליגער ווי קרית יואל. דערביי האט דער רבי געבראכן די בשורה אז עס גייט זיך בויען אין די צוקונפט צווישן 3,000 און 4,000 דירות אין מאנטיסעלא פאר נישט-סאטמארער אידן.
דער רבי האט דערביי אפעלירט צו די אלגעמיינע חסידישע גאס פון איבער גאנץ ניו יארק וועלכע פלאגן זיך צו קויפן א דירה צוליב די טייערע פרייזן אז מען זאל זיך אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנטיסעלא ווי עס בויען זיך יעצט אריבער דריי טויזנט נייע דירות פאר ביליגע פרייזן.
דערנאך האט דער רבי ווי באריכטעט פראקלאמירט דעם היסטארישן דורכברוך וואס ווערט אין די טעג אויסגעארבעט דורך גמ"ח שערי טובה, צו פארטיילן חתונה הלוואות פון $40,000 פאר מחותנים אין קרית יואל וועלכע האלטן זיך צו די חתונה פלאן לויטן 'שלווה בודזשעט', די הלוואות וועלן קענען ווערן צוריקבאצאלט מיט לייכטע טערמינען פון ביז $500 א חודש.
דער רבי האט דערנאך ארומגערעט איבער צנעיות ביי נשים און דערמאנט די דרשה וואס דער פעטער זי"ע האט משמיע געווען שבת פרשת שופטים תשכ"ה פאר קריאת התורה ווי דער רבי ז"ל האט שארף ארומגערעדט איבער די פרישע מאדעס ביי לבושי נשים סיי די שייטלען און סיי די דורכזיכטיגע זאקן, די פייערדיגע ווערטער זענען געזאגט געווארן בשעתו און איז נאך ליידער נוגע עד היום הזה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז אין וויליאמסבורג האט מען שוין ב''ה מעורר געווען און אראפגעשטעלט תקנות קבועות אויף דעם ענין און אויפגעפאדערט פון יעדעם זיך צוצושטעלן צו די תקנות המוסד והקהילה.
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די מלחמה לה' בעמלק וואס דער בעל ההילולא זי"ע האט געפירט מיט די טומאת הציונית סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבע"פ און האט ביי יעדע געלעגענהייט ארויסגעברענגט די התבדלות וואס מען דארף האבן, און דער רבי האט נאכגעזאגט זיינע הייליגע ווערטער וואס דער רבי האט אליינס געהערט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס א ערליכע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל, וואס בעוה"ר איז מען אנגעקומען צו אזא מצב, און טויזענטער בחורים און אינגעלייט געפינען זיך כהיום אין א שווערע לאגע, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרייט צו מאכן פשרות און סעלעקציעס, און דאס איז חוץ מזה וואס אזא געזעץ וועט במילא נישט אדורכגיין די בג"ץ הציוני און עס איז א שאד צו פאפן זיך אדער אנדערע, נאר מען דארף זיך אפטיילן אינגאנצן פון זיי.
די רבי האט אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מחזק זיין די מוסדות על טהרת הקודש און בפרט מוסד הק' קרן הצלה - וועלכע איז די לעצטע מוסד וואס דער רבי זי''ע האט מייסד געווען לפני פטירתו - וועלכע העלפט ארויס אלע מוסדות עטה"ק.
דער רבי האט דערמאנט לשבח די עסקנים פון מוסדות יטב לב - וועלכע איז די ערשטע מוסד וואס דער בעל ההילולא זי''ע האט מייסד געווען נאך די מלחמה - וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די מוסד אויף די רעלסן און געהעכערט די תמיכה און ב"ה מען האט שוין עטליכע חדשים באצאלט די געהאלט אין צייט, און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און נדבנים.
דער רבי האט מסיים געווען בשבח פון די מתיבתא הקדושה וועלכע געפינט זיך על קברו און מעורר געווען די חסידים צו שטיצן די ישיבה ברוח נדיבה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס און דער רבי זי"ע זאל ארויפטראגן אלע בקשות וואס מען האט מתפלל געווען על קברו ביומא דהילולא און זוכה זיין צו כל מילי דמיטב.

תגובות