top of page
האד' מספינקא אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי לקראת שמחת נישואי נכדו החתן
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך איז כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א ארויסגעפארן אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לקראת די חתונה פון נכדו החתן, א זוהן פון בנו הגה"צ רבי אהרן משה ווייס אבד"ק ספינקא לאנדאן. דער רבי שליט"א האט געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די חסידים ביים כותל און דערנאך האט מען אויסגעזאגט ספר רביעי אין תהילים מתפלל צו זיין צום בעפארשטייענדן עידנא דחדוותא. נאכן מעמד התפילה האט זיך דער רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין


קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מסורת אבות: האד' מסאטמאר איבערראשט די זינגערס גייענדיג צו א חופה די וואך אין קרית יואל, וואו די רבי האט געהייסן די מוזיקאנטן זינגען בלויז "מי בן שיח" כנהוג — און נישט קיין איינע פון די נייע ניגונים וואס האבן זיך לעצטנס אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור. הבהרה: ביים חופה בבית סקווירא אין בארא פארק ווערט קלארגעשטעלט אז עס ווערט נישט אפגעכאפט קיין ווידיאו, נאר בלויז א לייוו הוק-אפ פאר די קרובי המשפחה פון אויסלאנד. האדמו"ר מקאפיטשני


שיינעם מסיבת לחיים אפגעראכטן בצל האד' מוויזניץ לרגל השמחה במעונו פון האד' מבאיאן
פרייטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכן זיך משתתף זיין ביים היסטארישן עצרת המיליאן - זעקת התורה איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א צוגעפארן קיין מושב אורה בגלילות ירושלים אויף א ביקור נימוסין ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, אפצונעמען ברכת מזל טוב לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, וואס איז פארגעקומען דעם אנהייב וואך אין ירושלים. די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט איבער די ייחוס פונעם חתן וואס איז א וויזניצער אייניקל, דער באיאנער רבי האט דערלאנגט א פלאש וויין לכ


הקבצו ושמעו: האד' מבאבוב-45 טרעט אויף מיט דרשת פתיחת הזמן בהיכל המתיבתא
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש, JDN


געשאצטע האלב מיליאן אידן שרייען אויס קול מחאה קעגן גזירה נוראה פון גיוס בני ישיבות ביי "עצרת המיליאן" בחוצות ירושלים
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר , א. אייזנבאך דעם היינטיגן טאג דאנערשטאג פרשת לך לך איז א טאג וואס וועט איינגעקריצט ווערן בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית מיט גאלדענע אותיות, א טאג פון קידוש שם שמים ברבים, א טאג פון התגלות כבוד ה', א טאג פון הרמת קרן התורה והיראה, ווען א געשאצטע האלב מיליאן אידן האבן זיך פארזאמלט אויף די ירושלימ'ער הויפט גאסן, במעמד אלופי אלפי ישראל ובראשם רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה והחסידות ג


בראש העדה: כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה בראש קהל חסידיו
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


לך כנוס: פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך וחברי בד"ץ העדה החרדית נעמען אנטייל ביים עצרת המיליאן - זעקת התורה
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


מרבים שלום: היסטארישע מעמד דורך ארגון משמרת השלום בראשות גדולי ומאורי הדור
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד איז אפגעהאלטן געווארן צווישן אלפי תלמידי הישיבות ברחבי ארה"ק, וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם ארגון "משמרת שלום" וועלכע איז געשטעלט אדורכצולערנען די ספרי החפץ חיים זי"ע בהלכות שמירת הלשון, און פארמאגן די זהירות אין עניני לשון הרע, און דורכדעם פארמערן שלום בעולם. די יעצטיגע מעמד איז געווען געווידמעט ספעציעל אין די 'בין הזמנים' טעג, ווען טויזנטער תלמידי הישיבות אין ארה"ק האבן ברוב עמל ויגיע זוכה געווען צו ענדיגן ב


ירושלים: האד' מקארלין סטאלין ביי א ברית במעון הקודש פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א משתתף געווען ביי א ברית לבן אחד מחסידיו וואס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב וואו דער רב איז געווען סנדק. נאכן ברית האט זיך די רבי ווארעם באגריסט מיטן מוהל הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א, ונפרדו לשלום בברכות לרוב.


ערשטע בילדער: עצרת הרבבות אין ירושלים קעגן גזירת גיוס בני הישיבות
דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


שבת באווארפן לקראת שמחת הנישואין פון החתן בן האד' מקרעטשניף קרית גת | בילדער גאלעריע
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם שבת איז פארגעקומען די שמחת האויפרוף פונעם חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קרית גת שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרב ישראל יצחק סאפרין שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מקאמארנא שליט"א פון בית שמש, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג זצ"ל פון אבן עזרא, די שמחת האויפרוף איז פארגעקומען אין קרעטשניפער בית המדרש אין קרית גת.


פילע הונדערטער תושבי מאנטריאל ביי עצרת מחאה אדירה פארנט פון ציוניסטישע קאנסולאט אין קוויבעק קאנאדע
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש קול נהי נשמע מקאנאדע, האט די וואך דינסטאג נאכמיטאג אפגעהילכט דער שטורמישער קול מחאה פון מאסן תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען ארויסגעקומען מיט א פאראייניגטן קול מחאה אדירה, קעגן דעם ביטערן "גזירת גיוס" אין ארה"ק, וואס האט געהאט א קאלאסאלער אפקלאנג אויף די קאנאדישע מאסן, און וועט האפנטליך צוהעלפן אפצושרייען די שווערע גזירה וואס לויערט ליידער אין ארה"ק. דער עצרת מחאה אדירה בחוצות מדינת קאנאד


ספר המלך: דערהויבענער מעמד הכנס"ת לזכותו פון פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר נעכטן דינסטאג אויפדערנאט איז פארגעקומען אין ירושלים די היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לזכותו פונעם פאר הדור והדרו הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, לרגל זיין 95'טע יום הבהיר בליעה"ר, וואס געפאלט אויס היינט ז' חשון, ווי עטליכע נדיבים ונגידים בעם האבן גענומען אויף זיך א פראיעקט צו לאזן שרייבן דעם ספר תורה לזכותו פונעם פאר הדור שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו. דער ספר תורה א


אלפי חסידי סאטמאר לעבן מיט שעות של קורת רוח ושמחת התורה ביי פייערליכע "כינוס הלומדים" שע"י חבורת 'יסודי התורה'
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שאט די אט די שפאנענדע געמיטער פון אלפי חסידי סאטמאר לומדים ומתחילים אין חבורת "יסודי התורה" - "רבי'נס חבורה" זענען געהויבן געווארן צום מאקסימום, נאכ'ן מיטלעבן שעות ארוכות פון קורת רוח און תענוג רוחני, בשמחת התורה, ביים היסטארישן "כינוס הלומדים" וועלכער איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג ברוב פאר והדר לכבוד התורה ולומדיה. טויזנטער חתני התורה, עמלי התורה, האבן זיך פארזאמלט אינעם גיגאנטישן "קאלאהארי סע


שיינע שידוך געשלאסן בחצרות וויזניץ - ספינקא ירושלים; שמחת הווארט פארגעקומען במעונו פונעם עלטער זיידן האד' מוויזניץ
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל האגער שליט"א ראש ישיבת בנין אבות וויזניץ קייאמישע, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, איידעם ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' יוסף מאיר כהנא שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען במעון קדשו פונעם עלטער זי


עיצומו של יום מכפר: שבת יארצייט פונעם הייליגן רוזשיער זי"ע ג' חשון בחצר הקודש סאדיגורא
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אברומי בערגער דעם שבת ג' חשון איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע, לכבוד די יארצייט האט נכדו וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א געזאגט אלע קדישים און געפראוועט א טיש פרייטאג צונאכטס וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך פילע חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט לכבוד די שבתא דריגלא.


אויסגאבע טישל • פרשת לך לך
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש


גרויסן עולם ביי שמחת הנישואין בחצרות ספינקא - טשאקאווא בילדער גאלעריע
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א גרויסן ציבור האט די וואך מאנטאג מיטגעהאלטן די רבי'שע חתונה אין שטאט בני ברק פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ ר' אהרן משה ווייס אב"ד ספינקא לאנדאן, איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא ב"ב זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חיים שמואל געשטעטנער שליט"א אבד"ק טשאקאווא, בנו יחידו כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, וואס איז


התכנסות רבתי און חגיגה מפוארה חנוכת הבית בחצה"ק סאדיגורא לאנדאן געפייערט ברוב פאר והדר
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דודי בראון - RG PRODUCTIONS נאכפאלגענדיג די קייט פון מאורעות בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן, אנגעהויבן מיטן שבת חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול און דערנאך די חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שבת, איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן דער מלכות'דיגער מעמד חנוכת הבית, און התכנסות רבתי לכל הקהל הקודש אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, אויף א פראכטפולן פארנעם. די מעמד איז פארגעקומען אין די מערידיען גרענד זאל אין לאנדאן, וואו


שמחת קישור החיתון פון החתן בן הגה"צ אבד"ק לאסק שליט"א עב"ג הכלה בתו הצעירה פון האד' מספינקא
דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN דעם חול המועד סוכות איז בשעה טובה געשלאסן געווארן די שידוך פון די כלה א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסאסרעגען זצ"ל, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יוסף משה מייזליש שליט"א אבד"ק לאסק, זון פון הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ גאב"ד קראסנא זצ"ל, די שמחץ התנאים איז פארגעקומען אין די טעג נאך יום טוב אין ספינקא בית המדרש אין בארא פארק.


bottom of page

