top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התכנסות רבתי און חגיגה מפוארה חנוכת הבית בחצה"ק סאדיגורא לאנדאן געפייערט ברוב פאר והדר

  • sfbechatzros
  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 3 דקות

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

נאכפאלגענדיג די קייט פון מאורעות בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן, אנגעהויבן מיטן שבת חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול און דערנאך די חגיגת הכנסת ספר תורה מוצאי שבת, איז דעם זונטאג אפגעראכטן געווארן דער מלכות'דיגער מעמד חנוכת הבית, און התכנסות רבתי לכל הקהל הקודש אינאיינעם מיט די סעודה לגמרה של תורה, אויף א פראכטפולן פארנעם.


די מעמד איז פארגעקומען אין די מערידיען גרענד זאל אין לאנדאן, וואו א שיינעם ציבור חסידים, ידידים ומעריצים האבן מיטגעהאלטן דעם מעמד מלובש בבגדי שבת. ובראשם האבן ארויסגעשיינט די געסט פון אויסלאנד, האחים הרבנים הגה"צ רבי ישראל פרידמאן אבד"ק טשארטקוב מאנטשעסטער און הרה"צ ר' דוב בער פרידמאן מטשארטקוב אנטווערפען, האחים למשפ' פעלדמאן, הרב אברהם יעקב סאלאמאן ראש מוסדות שטפנשט בארה"ק און נאך.


במשך די מעמד האבן מהנה געווען א קאפעליע מנגנים אין שפיץ פונעם בעל מנגן ר' עוזיאל דייטש פון ארץ ישראל, און דער בארימטער חזן ר' ישראל אדלער. דער יושב ראש הרב ישראל שטערן הי"ו האט איינגעלייטעט די מעמד און מיט זיין לשון לימודים געהאלטן געשפאנט במשך דעם גאנצן אוונט.


א קורצע צייט אריין אינעם סעודה איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד און זיך געוואשן צום סעודת מצוה, דערויף איז ערשינען דעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן צו באשיינען די חגיגה. דערנאך האט מען געהערט די דרשה נפלאה דורך א הוק-אפ פון הגאון הגדול רבי אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה וועלכע האט אין זיינע רייד מעלה געווען זכרו של אותו צדיק, ידידו ורעו דער סאדיגורער רבי זצ"ל. דערנאך איז געהערט געווארן נאך א דרשה מריחוק מקום דורך הגאון רבי שמואל עקיבא יפה שלעזינגער שליט"א גאב"ד קהילות החרדים אין שטראסבורג וועלכע האט געדינט אלס נואם הכבוד ביים חנוכת הבית פונעם אלטן ביהמ"ד מיט אריבער 30 יאהר צוריק.


בהדרת כבוד האט מען ענטפאנגען פני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן דברי ברכה לכבוד העם הנאספים און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אויף א מחול לצדיקים אויפן אויבן אן און א באזונדערע ריקוד מיטן רבי'ן. דאן האט מען פארגעליינט די ברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואס דער רבי האט איבערגעגעבן לכבוד די מעמד. באזונדער זענען צוגעקומען צום רבי'ן די ראשי ק"ק באיאן אין לאנדאן און איבערגעגעבן א פלאש וויין וואס כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט געשיקט צום מעמד, מיט א ווארימע ברכת קודש.


דער בדחנא דמלכא הרה"ח ר' ישראל אדלער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט הארציגע דברי חרוזים לרגל המאורע וואו ער האט מיט גראמען אראפגעלייגט דעם געוואלדיגן דערגרייכונג מיטן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד און די נחת רוח וואס דאס טוט גורם זיין פארן רבי'ן ז"ל משמי מעל וואס חיבה יתירה נודעת לו צו די קהילה אין לאנדאן וואו ער האט משקיע געווען יאהרן לאנג. דערנאך האט מען געהערט א רייע דרשות, בראש וראשון פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט משמיע געווען דער משא המעמד, דערנאך קורצע דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א און דברי ברכה פון הגאון הגדול רבי שלום פריעדמאן סגן גאב"ד לאנדאן אין נאמען פונעם בית דין צדק התאחדות קהילות החרדים.


צום שלוס פונעם מעמד האט מען אויפגערופן אלע נדיבים בעם און עסקנים וואס האבן געהאט א חלק אין דעם ביהמ"ד צו קענען אפנעמען טייערע מתנות לאות הוקרה, אינצווישן זיי איז געווען דעם רבינס יד ימינו הרה"ח ר' יוסף שלמה ראטה הי"ו מיט וועם דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א ספאנטאנישע ריקוד. דער מעמד האט זיך געשלאסן שפעט ביינאכט מיט א פייערדיגן טאנץ.


צווישן די פילע רבנים ואדמור"ים וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד איז געווען: האדמו"ר מביאלא לאנדאן, הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א, הגה"צ רבי זאב פעלדמאן רב דקהל תורה עץ חיים, הגה"צ רב אליעזר ליבר שנעבאלג אבד"ק עדשווער, הגה"צ רבי בנציון בלום דומ"ץ באבוב, הגה"צ רבי אריה ווייס דומ"ץ וויזניץ, האחים הרבנים למשפחת קאמיונקא רבני ביהמ"ד צעירי אגודת ישראל, הגה"צ רבי שלמה פרישוואסער ראש ישיבת חיי עולם, הגה''צ ר' מרדכי וויינבערג אבד"ק סלאנים, הגה"צ ר' ישעי' שלעזינגער רב דקהל שערי תפלה, הגה"צ ר' יואל יעקב דושינסקיא אבד"ק דושינסקיא, הגה"צ רבי אליעזר יצחק בריעף אבד"ק קהל חסידים, הגה"צ רבי יהושע לייפער אבד"ק קהל חסידים, הגאון רבי לוי יצחק ראסקין רב חסידי ליובאוויטש, און נאך פיל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page