ספר המלך: דערהויבענער מעמד הכנס"ת לזכותו פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א לרגל 95'סטע יום הבהיר בליעה"ר
- sfbechatzros
- לפני 37 דקות
- זמן קריאה 3 דקות
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
נעכטן דינסטאג אויפדערנאט איז פארגעקומען אין ירושלים די היסטארישע מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן לזכותו פונעם פאר הדור והדרו הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, לרגל זיין 95'טע יום הבהיר בליעה"ר, וואס געפאלט אויס היינט ז' חשון, ווי עטליכע נדיבים ונגידים בעם האבן גענומען אויף זיך א פראיעקט צו לאזן שרייבן דעם ספר תורה לזכותו פונעם פאר הדור שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו.
דער ספר תורה איז א אייגנארטיגע ספר תורה, קליין אין מאס, אבער געשריבן אויף א הערליכע פראפעסיאנאלע פארנעם לויט אלע חומרות והידורים, וואס האט אפגעקאסט היפש טייערער ווי א געווענליכע ספר. דער ספר תורה וועט באנוצט ווערן בשבתות ומועדים ווען רבי יעקב מאיר שליט"א דאווענט אינעם בית המדרש בביתו נאוה קודש.
נעכטן דינסטאג אין די מיטאג שעות איז פארגעקומען דער מעמד הנהדר "סיום כתיבת האותיות" בביתו נאוה קודש פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א, ווי עס זענען געווען געלאדענט בלויז קרואי מועד נאנטע מקורבים, די נגידים ושועים שותפים און די ספר תורה, אזוי אויך בניו ונכדיו פונעם רב שליט"א, וזקני חסידי ברסלב. אלע משתתפים האבן זיך באטייליגט מלובש בבגדי שבת, און עס האבן מהנה געווען בפרקי שיר המנגן ר' יעקב דאסקאל הי"ו אינאיינעם מיט די קאפעליע לבית וויזניץ.
דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז ערשינען צום מעמד סיום כתיבת האותיות אנגעטוהן מיטן שטריימל במלוא יופיו והדרו, גלייך וועט דער רב שליט"א איז אריינגעקומען האט די קאפעליע אנגעהויבן צו זינגען ניגוני התעוררות, ווי דער רב איז אריין אין א גאר שטארקע דביקות בעתן זינגען די ניגוני קודש, דערויף האט דער רב אריינגעשריבן די לעצטע אות אינעם ספר תורה, און נאכן כתיבת האותיות האט דער עולם אנגעהויבן צו זינגען לעבעדיגע ניגונים ווי מען האט געטאנצן אינאיינעם פאר לענגערע מינוטן.
אינצווישן איז ערשינען דעם רבינ'ס חברותא ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וואס איז מכובד געווארן אריינצושרייבן א אות אינעם ספר תורה, און געטרונקען לחיים.
דערנאך האט מען בהדרת כבוד מקבל געווען כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, וואס איז נאך א ידיד מנעוריו פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ווי זיי האבן אינאיינעם געלערנט אין די סלאנימער ישיבה בימי בחורתם מיט ארום 80 יאר צוריק. ווי נאר רבי יעקב מאיר שליט"א האט געזען דעם רבי'ן אריינקומען, ראו פניו מאירים בשבתו עם חברים, האט זיין פנים אויפגעלאכטן פון פרייד, זיך אויפשטעלנדיג פאר אים במלוא קומתו, און אים אנגעכאפט מיט ביידע הענט מיט אזא ידידות און ווארימקייט, דערנאך האבן זיי געטאנצן אינאיינעם פאר לענגערע מינוטין בריקודי קודש.
בשעת מעשה איז ערשינען צום מעמד כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכע איז תיכף מיטגעשלעפט געווארן צום ריקוד, ווי אלע דריי אינאיינעם האבן געטאנצן מיט א דערהויבנקייט, און דערנאך האט די דושינסקיא רבי שליט"א אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה. דערויף איז ערשינען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ווי ער האט אריינגעשריבן א אות אינעם ספר תורה, און געוואונטשן לחיים.
נאכן ענדיגן אריינשרייבן די אותיות, האט מען געמאכט הגבה און גלילה, און דערויף האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן מיט א התלהבות פאר א לענגערע צייט, דערנאך האבן אלע קינדער און אייניקלעך פונעם רב שליט"א געטאנצן מיטן ספר תורה.
נאכן מעמד סיום כתיבת האותיות בביתו נאווה קודש, איז די ספר תורה אריינגעפירט געווארן בתופים ובמחולות אין די ויאמר יצחק זאל אין ירושלים, וועלכע איז הערליך שיין אויסגעשטעלט געווארן ברוב פאר והדר כראוי וכאיות פאר אזא היסטארישע מעמד.
אין א ספעציעלע דעזיגנירטע ארט זענען פארגעקומען די ריקודין של מצוה, ווי הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז געטאנצן מיט די ספר תורה א לענגערע צייט וינועו אמות הסיפים און דערנאך פארגעזאגט די מזמורים כנהוג. אויפן פלאץ איז געווען אויפגעשטעלט א ספעציעלע ארון קודש מיט א בימה, ווי דער רב האט אריינגעלייגט דעם ספר תורה באגלייט בתופים ובמחולות לכבודה של תורה. באותו מעמד האט דער רב מכבד געווען הגאון הגדול ר' יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים צו טאנצן מיט די תורה.
דערויף איז פארגעקומען די עלעגאנטע סעודה לגומרה של תורה, ווי עס האבן זיך באטייליגט בלויז די בני המשפחה און די געלאדנטע געסט נדבני הספר. עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרה"צ המשפיע ר' אהרן טויסיג שליט''א וועלכע איז א קרוב משפחה מיטן רב און האט ארויסגעברענגט מיט התרגשות איבער די היסטארישע מעמד וואס שפילט זיך אצינד אפ און דערמאנט אז דעם רב'ס יום הבהיר געפאלט אויס די זעלבע טאג וואס מ'הייבט אן זאגן אין ארץ ישראל 'ותן טל ומטר' וסימנא מילתא היא, משפיע צו זיין כל מיני ברכות והשפעות טובות.
דערנאך האט מען געהערט גראמען דורך אן אייניקל הרב נתן שעכטער שליט"א, און דאן האט אויפגעטראטן הרה"ג ר' יוסף דוד שעכטער שליט"א נכדו חביבו פונעם רב שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט דברי רגש בשם המשפחה הרוממה.
צום שלוס האט זיך דער רב שליט"א ארויסעגלאזט אין פייערדיגע ריקודין, ווי צווישן אנדערע איז דער רב געטאנצן באבוקות של אור כנהוג. נאכן מעמד האט דער רב פארטיילט א לעדערנע שנים מקרא פאר אלע משתתפים, נדבני הספר.


















































