top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געשאצטע האלב מיליאן אידן שרייען אויס קול מחאה קעגן גזירה נוראה פון גיוס בני ישיבות ביי "עצרת המיליאן" בחוצות ירושלים

  • sfbechatzros
  • 23false19 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 6 דקות

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר , א. אייזנבאך

דעם היינטיגן טאג דאנערשטאג פרשת לך לך איז א טאג וואס וועט איינגעקריצט ווערן בקורות דברי הימים פונעם יהדות החרדית מיט גאלדענע אותיות, א טאג פון קידוש שם שמים ברבים, א טאג פון התגלות כבוד ה', א טאג פון הרמת קרן התורה והיראה, ווען א געשאצטע האלב מיליאן אידן האבן זיך פארזאמלט אויף די ירושלימ'ער הויפט גאסן, במעמד אלופי אלפי ישראל ובראשם רועי ומנהיגי עדת ישורון מרנן ורבנן אדירי התורה והחסידות גדולי וצדיקי הדור שליט"א, רבני ומנהיגי קהילות הקודש, אויסצושרייען דעם "זעקת התורה" אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, און איינצורייסן לפני שוכן מרומים לביטול את רוע הגזירה.


שוין אנגעהויבן פון מיטוואך אויפדערנאכט, האט זיך שוין אנגעזען א מאסן שטראם פון טויזענטער אידן פון אלע שטעט הכל מעלין לירושלים, כדי אויסצומיידן די אנגעשטויסענע טרעפיק צושטאנד וואס איז געווען ערווארטעט אויף היינט דאנערשטאג יום העצרת, אזוי אויך היינט דאנערשטאג אין די גאר פריע שעות האבן שוין טויזענטער אידן פון אלע שטעט געמאכט דעם וועג קיין ירושלים עיה"ק, נאכפאלגענדיג במשך אלע פארמיטאג שעות ווען עס האבן געשטראמט אידן סיי מיט באסעס, מיט באנען און סיי מיט פריוואטע קארס, אלס מיט איין מטרה און ציל כאיש אחד בלב אחד לקדש שם שמים ברבים.


היפש איידער די באשטימטע צייט פונעם התחלת העצרת האט זיך שוין אנגעזען אויף די הויפט גאסן פון ירושלים א מאסיווע פלוס פון טויזענטער טויזענטער אידן וועלכע האבן צוביסלעך אנגעהויבן שווארץ מאכן די גאסן, אנגעהויבן פון די שער הכניסה צו ירושלים ביז די נאכפאלגענדע הויפט גאסן פון שרי ישראל, מלכי ישראל, שמגר, ירמיהו, מנחת יצחק, און נאך פילע ארומיגע גאסן, וואס ווי א מינוט נענטער צום באשטימטן צייט איז דאס געווארן פילער מיט אלפים ורבבות עמך בית ישראל, שאפענדיג א מחזה הוד פון אזויפיל רבוא רבבות חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן, פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, אין שפיץ פון די גדולי אדמורי"ם רבנים וראשי הישיבות שליט"א, כולם נקבצו באו לך לקדש שם שמים.


לענגאויס אלע גאסן ביים עצרת האבן זיך אנגעזעהן גרויסע שילדן מיט פאסיגע אויפשריפטן אקעגן די גזירת הגיוס, באזונדער איז געווען שילדן אקעגן די 'חוק הגיוס', אויסשרייענדיג אז מיר זענען נישט מסכים אויף קיין שום 'חוק' אדער 'פשרה' אויף קיין שום פאל. בין גברא לגברא צווישן איין בעל תפלה אינעם צווייטן האט דער ציבור האלפים אויסגעשריגן בקול גדול אז מיר זענען גרייט אויף מסירת נפש אז קיין שום בחור מישראל זאל חלילה נישט אריינפאלן אין די טמא'נע כור החיתוך פון די ציוני'סטישע מיליטער.


אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה, דער עצרת האט זיך אנגעהויבן ארום 2:45 מיט תפלת מנחה ברוב עם, ווען אלס בעת תפלה האט געדינט הרב ר' ישי מאנדל שליט"א מחשובי חסידי בעלזא אין בני ברק.


במשך די פריע שעות פונעם עצרת זענען די גדולי האדמור''ים וראשי הישיבות שליט"א ארויסגעקומען אויף די טעראסעס צו זייערע באשימטע ערטער איש על מחנהו ואיש על דגלו, אזוי אויך זענען א צאל אדמורי"ם ורבנים שליט"א געשטאנען אויף באשטימטע בכבוד'יגע ערטער צווישן דעם ציבור האלפים.


דערנאך האט מען אנגעהויבן אמירת תהלים בהתעוררות רב, איינגעטיילט אויף עטליכע בעלי תפילות, לויט די נוסחאות פון די קרייזן, צום ערשט איז צוגעגאנגען דער משגיח הגה"צ ר' דן סג"ל שליט"א, דערנאך הגה"ח ר' שלמה ברוך פריזאנד שליט"א דער לעגענדארע בעל תפלה בחצר הקודש באיאן, און דערנאך הרה"ג ר' מרדכי שבתי אייזענבערגער שליט"א מרבני קרית צאנז נתני'.


מען האט פארגעזאגט פרקי תהלים על פי סדר השל"ה, דערנאך האט מען אנגעהויבן מיט אמירת סליחות און י"ג מדות של רחמים, ווען בשעת מעשה האט געהערשט א אומבאשרייבליכע התעוררות ביים ציבור האלפים, א התעוררות רחמים וואס האט געשפאלטן הימלען ווי קיינמאל בעפאר, אנקת מסלדיך תעל לפני כסא כבודך, אזא היסטארישע מעמד בקשת ותפילת רחמים רבים דורך אזויפיל טויזענטער טויזענטער אידן מיט אזא אמת'דיגקייט, מיט אזא צובראכנקייט, איז זיכער ארויף צום כסא הכבוד אויסצובעטן לפני שוכן מרומים לביטול את רוע הגזירה.


עס האבן פארגעזאגט סליחות הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א פון די פירענדע מנהיגים ביי די ספרי'שע קרייזן וחבר מועצת חכמי התורה, און הגאון רבי אליהו מאנן שליט"א.


דערנאך האט דער משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב פארגעזאגט פיסקא בפיסקא "אבינו מלכינו" בהתעוררות רב, ווען איידערן פארזאגן האט ער מיט א קורצע הקדמה ארויסגעברענגט פארן ציבור האלפים דער גודל קדושת הזמן אין אזא עת רחמים ורצון ווי מיר שטייען יעצט.


דער קלימאקס פונעם עצרת הרבבות איז געווען דער "קבלת עול מלכות שמים". איבער גאנץ ירושלים האט זיך געהערט אויסשרייען מיט א דינערדיגע קול, בקול גדול ולא יסף די הייליגע פסוקים פון קבלת עול מלכות שמים, פארגעזאגט דורך הגאון הגדול רבי ראובן אלבז שליט"א ראש ישיבת אור החיים ומגדולי חכמי ספרד. דערויף איז געווען "תקיעת שופר".


קדיש דרבנן האט פארגעזאגט בקול חוצב מיט יאמערליכע בכיות הגאון המקובל רבי יעקב עדס שליט"א, וועלכע האט אויך אינמיטן קדיש צוגעלייגט פארשידענע ספרדי'שע תחינות. דערנאך האט הגאון רבי אלימלך טירנויער שליט"א פארגעזאגט די החלטת העצרת.


די אדמור"ים ורבנים וראשי הישיבות וואס האבן זיך באטייליגט ביים עצרת איז אי אפשר לפורטם כי רבים הם, עס האבן זיך אנגעזען רבנים וראשי הישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, אבער באזונדער האט זיך אנגעזען ביי עטליכע צענטער-פונקטן ביים עצרת א צאל גדולי אדמורי"ם ורבנים וראשי הישיבות שליט"א, סיי אויף די טאראסעס און סיי אויף די באשטימטע לאקאציעס צווישן דעם ציבור האלפים.


אויפן שפיץ האט זיך אנגעזען אויף איינע פון די טאראסעס אויף די בראנדעס גאס ביים ווינקל פון ירמיהו די רבני העדה החרדית וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אינעם עצרת אינאיינעם מיט מרן פוסק הדור  הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ה"ה הגאון רבי יהודה פישער שליט"א, הגאון רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א, אזוי אויך הגאון רבי נתן קופשיץ שליט"א רב שכונת נחלה ומנוחה, און כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


נישט ווייט דערויף איז געשטאנען אויף א טאראסע כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א מיט א ענגע צאל מקורבים.


באזונדער אויף די ווינקל פון רחוב מנחת יצחק איז געשטאנען כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און אויף א באזונדער טאראסע דערנעבן איז געשטאנען כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א וואס איז געקומען צו פארן פון בני ברק צום עצרת.


באזונדער האט זיך אנגעזען אויף עטליכע נעבענדיגע טעראסעס ביי רחוב שמגר ביים ווינקל פון ירמיהו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א זקן ראשי הישיבות, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, און העכער זיי איז געשטאנען אויף א טעראסע כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


אזוי אויך אקעגן איבער די גאס ביים זעלבן ווינקל פון שמגר און ירמיהו האט זיך אנגעזען כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, און נאך חשובע אדמורי"ם.


אויף רחוב שמגר איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ארויסגעקומען אויף א טאראסע על יד בית נכדו הרב אלימלך נתן נטע רוקח שליט"א, ווי די טויזענטער חסידי בעלזא זענען דארט געווען פארזאמלט.


מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט טראץ זיינע שוואכע כוחות, זיך מטריח געווען צו קומען צום עצרת פון מושב אורה, און איז געזעצן אין א קאר ביים הויפט אריינגאנג פון שטאט. אזוי אויך האט זיך אנגעזען ביים אריינגאנג פון שטאט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.


באזונדער האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פונעם זקן האדמורי"ם כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, וואס טראץ זיין הויכע עלטער בליעה"ר איז ער געשטאנען אויף די פיס קרוב צו א שעה צייט און מיטגעהאלטן דעם עצרת במעמד קהל חסידיו אויף די מלכי ישראל גאס.


אויפן טאראסע ביים בנין וועד הישיבות האט זיך אנגעזעהן דער ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, וועלכע האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן עצרת מהחל ועד כלה.


ביים האטעל אויף רחוב ירמיהו 33 האט זיך אנגעזעהן אויפן טאראסע  די גדולי התורה וראשי הישיבות שליט"א הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, הגאון רבי יצחק זילברשטיין שליט"א, הגאון רבי ברוך דוב פוברנסקי שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, הגאון רבי חיים פיינשטיין שליט"א, הגאון הגדול רבי יצחק אזרחי שליט"א, הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון און נאך.


אזוי אויך צווישן דעם ריזן ציבור האלפים האט זיך אנגעזען די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקופישניץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזעהוויל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט''א, כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, כ''ק האדמו''ר מקאמארנא שליט''א כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט''א, כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל שליט"א, כ"ק אדמו"ר מדינוב ארה''ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטריסק שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסאנא שליט''א,  כ"ק אדמו"ר מזוועהיל ירושלים שליט''א, כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממישקולץ שליט"א און נאך פיל.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree


bottom of page