אלפי חסידי סאטמאר לעבן מיט שעות של קורת רוח ושמחת התורה ביי פייערליכע "כינוס הלומדים" שע"י חבורת 'יסודי התורה'
- sfbechatzros
- לפני 6 שעות
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, שאט די אט
די שפאנענדע געמיטער פון אלפי חסידי סאטמאר לומדים ומתחילים אין חבורת "יסודי התורה" - "רבי'נס חבורה" זענען געהויבן געווארן צום מאקסימום, נאכ'ן מיטלעבן שעות ארוכות פון קורת רוח און תענוג רוחני, בשמחת התורה, ביים היסטארישן "כינוס הלומדים" וועלכער איז אפגעראכטן געווארן דעם זונטאג ברוב פאר והדר לכבוד התורה ולומדיה.
טויזנטער חתני התורה, עמלי התורה, האבן זיך פארזאמלט אינעם גיגאנטישן "קאלאהארי סענטער" אין פענסילוועניע, וועלכער איז פארוואנדלט געווארן אלס פרעכטיכער אכסניא של תורה, צו פייערן בהמון חוגג דעם רירנדן מעמד אדיר ונשגב סיום חצי ש"ס און התחלת סדר נזיקין.
די הכנות צום גרויסארטיגן מאורע האבן זיך געצויגן עטליכע טעג, ווען עס איז געווארן ענדגילטיג אויסגעארבעט א מאסיווע טראנספארטאציע אפאראט, וועלכער האט פארלאנגט צוצושטעלן צענדליגער באסעס פון אלע געגנטער, צו פירן די אלפי חתני התורה. די ערשטע רונדע באסעס זענען ארויסגעפארן אום 10:00 אינדערפרי פאר די טויזנטער לומדים וועלכע האבן שוין אנגעהויבן אנצונעמען אנטייל אין די סדרי לימוד וחזרה, און די צווייטע רונדע איז ארויסגעפארן אום 1:30 נאכמיטאג, כדי אנצוקומען צו די גרענדיעזע מעמדי החגיגה. דער בנין האדיר האט אויך פארמאגט א ריזיגן פארקינג שטח פאר די הונדערטער וואס זענען געקומען מיט פריוואטע מאשינען.
דער געהויבענער טאג האט זיך אנגעהויבן אום 12:00 פארמיטאג מיט א סדר לימוד וחזרה, ווען די לומדי החבורה זענען זיך צונויפגעקומען צו פילעווען בלימוד וחזרה אין די לעצטע צען בלאט פון מסכת קידושין. ארום 3:30 איז דער מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אינעם בית המדרש, וואו דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טויזנטער לומדים מיט א שטארקע קורת רוח, פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט עוסק געווען בתורה פאר א קורצע צייט, דערנאך האט די רבי געדאוונט מנחה בחדרו הפרטי.
נאך די סדר לימוד אבן זיך אלע לומדים געשטעלט צו דער "בחינה בכתב" ברוב עם אויף די לעצטע צען בלאט אין מסכת קידושין, שפירנדיג דערביי אן אומבאשרייבליכן סיפוק ועונג רוחני. נאכ'ן בחינה האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט א שיעור פתיחה אויף מסכת בבא קמא, אויסשמועסנדיג די ארבעה אבות נזיקין וואס מען גייט לערנען, די רבי האט מסביר געווען די יסודות אויף משלים פון היינטיגע צייטן, און איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא פאר די טויזנטער לומדים.
עס האט נאכגעאפאלגט מיט די פרעכטיגע סעודה לכבודה של תורה לכבוד סיום חצי הש"ס, וועלכע איז באגלייט געווארן מיט שירה וזמרה בשיר ושבח, דורך א וואונדערבארע קאאליציע פון מטיבי נגן, געפירט געווארן דורך דעם מייסטער מוזיקאנט ר' יושע קאללער, אינאיינעם מיט'ן בארימטן "שירה כאר". עס איז ערשטמאליג פארגעזונגען געווארן א פאכמאנישער "סאטמאר-מעדלי" דורך מו"ה ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו, און דער זאל איז עלעקטריזירט געווארן מיט א נייעם חזנות "תורה-מעדלי" דורך הני תרי בארימטע חזנים, ר' יואל אויש הי"ו און ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.
ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודה לכבודה של תורה, דער גאנצער מעמד איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכ'ן יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א, מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג, אנהייב מעמד האט דער יושב ראש אויפגערופן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, פטרון החבורה אין קרית יואל, און אזוי אויך די פטרוני החבורה אין וויליאמסבורג, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, וועלכע האבן אפגענומען א מתנה פון רבי'ן שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו מיט טרעפליכע דיבורים און האט ארויסגעברענגט אז דער הייליגער ייטב לב זי"ע האט באפוילן זיינע קינדער אז זיי זאלן בענטשן און משפיע זיין השפעות טובות דורך משמיע זיין דב"ק דורכ'ן זאגן תורה, און האט אויסגעפירט אז די רבי שליט"א האט געזאגט במשך חודש תשרי אריבער זעכציג מאל תורה! און געבעטן פונעם רבי'ן שליט"א אז ער זאל משפיע זיין ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור בכל הענינים.
דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש מרגשי לבבו ווי די רבי האט ארויסגעברענגט זיינע געפילן זעהענדיג אזא גרויסע ציבור לומדים ומסיימים, און ארומגערעדט בשבח החבורה, וואס ער האט מייסד געווען קרוב צו צוואנציג יאר צוריק, דער רבי האט זיך אריינגערעכנט צווישן די לומדים מיט די ווערטער 'וגם אני חבר החבורה מיום הוסדה'. דער רבי האט געזאגט אז ברוך השם עס איז היינט צוטאגס דא אזעלכע חבורות אין די גאנצע וועלט און עס איז פארשפרייט געווארן אסאך תורה דורך די חבורה.
די רבי האט מרחיב געווען בדיבור איבער די גרויסקייט פון לערנען אן עמוד גמרא א טאג באיכות, מיט הבנה און חזרה, און געוואונטשן אז די תורה הקדושה וועט משפיע זיין אלע ברכות, דער רבי האט ארויסגעברענגט די גליקליכע זכי' פון די טויזנטער לומדים וועלכע שיינען און שטראלן בשמחת התורה, דער רבי האט ציטירט סוף מסכת קידושין: 'אשרי מי שראה הוריו באומנות נקיה', און מסביר געווען אז דאס מיינט מען וואויל איז פאר דער וואס ער גייט צו זיין טאטע'ס סיום מסכת און בעז"ה צום סיום הש"ס, אסאך פון זיי זיצן מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, מסיים זיין די מסכת אין א בחינה פון "אשרי מי שבניו זכרים" און "כל מי שהוא ובנו ובן בנו תלמיד חכם אינו פוסק מזרעו", וואס דאס איז די גרעסטע און שענסטע ברכה, דער רבי האט זיך געוואנדן מיט א קריאה נרגשה פאר אלע חסידים זיך אנצושליסן אין איינע פון די חבורות ווי 'יסודי התורה' אדער תורתך שעשועי' בקביעות גמור, און זיך באדאנקט פאר די חשוב'ע נדבנים ובראשם ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, וועלכע שטייען צו הילף ביי די חבורה, חוץ זייערע גרויסע פעולות לרומם קרן הקהילה והמוסדות, און פארענדיגט בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
נאכן זינגען א רייע ניגוני התעוררות ודביקות ללימוד התורה, האט הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד צעישינוב קרית יואל אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה הכנה צום סיום, דערנאך איז געקומען דער קלימאקס פונעם מעמד ווען דער מייסד וריש החבורה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מסיים געווען מסכת קידושין און אנגעהויבן מסכת בבא קמא, דערנאך האט דער רבי געזאגט די הדרן און קדיש.
ספאנטאן האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ און געזאנג בשמחת התורה, מיט ריקודין נלהבין, וועלכע האבן ארויסגעצייגט די אינערליכע חדות התורה פון די לומדים. די פלאמעדיגע טענץ איז אנגעפירט געווארן דורך דעם מטיב נגן ר' זלמן גוטמאן, וואס האט געהאלטן געשפאנט די אלפי משתתפים, נאכ'ן מסיים זיין חצי ש"ס מיט הבנת התורה. דער רבי האט געטאנצט פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות און שמחה.
מיט'ן בענטשן על הכוס איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע חתנים, דער גאנצער מעמד איז געענדיגט געווארן ארום 8:45 ביינאכט, און דער רבי אינאיינעם מיט כל קהלא קדישא האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים, מיטנעמענדיג די געהויבענע הרגשים פון דעם יום טוב לרבנן, וועלכער האט אריינגעבלאזן א חיות דקדושה און אנטשלאסנקייט צו ממשיך זיין בעסק התורה ביתר שאת ועז, מחיל אל חיל, אין סדר נזיקין.













































































































































































































































































































































