top of page
טראגעדיע: נפטר געווארן הרה"ח ר' אהרן יהודה קליין ז"ל משב"ק ואיש אמונו פון האד' מזוטשקא
מוצאי שב"ק פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: ביגון ואנחה האבן חסידי זוטשקא און פילע גוטע פריינד זיך געזעגענט פון האדם היקר באנשים האברך הרה"ח ר' אהרן יהודה קליין ז"ל, משמש בקודש און איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 46 יאר נאכן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה ל"ע די לעצטע צוויי יאר, איבערלאזנדיג א קינדער געבענטשטע שטוב מיט יתומים ל"ע. דער חשובער נפטר איז געווען פון די חשובע


לספוד לצרה: הארצרייסנדע בכיות ביי מסע הלוי' פון הרבנית הצדיקת ממעזיבוז ע"ה אשת חבר האד' ממעזיבוז
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בקול נהי בכי תמרורים האבן פילע אידן היינט באגלייט למנוחות הרבנית הצדיקת ממעזיבוז מרת רחל ראזנבוים ע"ה, אשת חבר פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א, וועלכער איז ליידער פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן נאכ'ן זיך מוטשען מיט די ביטערע מחלה די לעצטע צוויי יאר. די לוי' איז ארויס פון רחבת ביהמ"ד מעזיבוז אויף רחוב רמח"ל אין פתח תקוה, בראש המלוים במשך די גאנצע לוי' האט זיך אנגעזען איר געהויבענעם מאן, כ''ק האדמו


ווידיאו • הארצרייסנדע הספד פון האד' ממעזיבוז לפני מיטתה פון זיין אשת נעורים הרבנית ע"ה
דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ז אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש


בת גדולים וקדושים: הרבנית רחל ראזענבוים ע"ה אשת האד' ממעזיבוז נפטר געווארן אין בליענדן עלטער פון 38 יאר
מיטוואך פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש שוד ושבר בגבולינו: מיט טיפן שאק און שוידער איז ביי גאנץ כלל ישראל און בפרט ביי חסידי ומעריצי מעזיבוז, ראחוב און קאמארנא אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די טראגישע און פריצייטיגע פטירה פון הרבנית מרת רחל ראזענבוים ע"ה, אשת חבר כ"ק אדמו"ר ממעזיבוז שליט"א, וועלכע האט צוריקגעגעבן איר אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 38 יאר. די נפטרת ע"ה, בת גדולים וקדושים, איז געבוירן געווארן אום חודש אלול שנת תשמ"ז


וכבוד גדול עשו לו במותו: פילע טויזנטער ביי לויות פון הגאון הגדול רבי דוד מיכאל שמידל זצ"ל יו"ר "אתרא קדישא"
דינסטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש בידלער קרעדיט: שוקי לרר, דוד ארזני טויזנטער אידן בני תורה פון אלע שיכטן און קרייזן האבן נעכטן מאנטאג באגלייט למנוחות דעם ארון הקודש פון הגאון האדיר רבי דוד מיכאל שמידל זכר צדיק לברכה, יושב ראש "אתרא קדישא", און ראש כולל ישיבת טבריא-קוממיות, וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר. ביי די צוויי גרויסע לוויות אין ירושלים און אין בני ברק האבן מאסן אידן באוויינט דעם הסתלקות אדם הגדול בענקים


תורה חגרי שק: הגאון האדיר חו"פ רבי דוד מיכאל שמידל זצ"ל יושב ראש "אתרא קדישא" נפטר געווארן
מאנטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א טרויער און אבילות האט זיך אראפגעלאזט אויפן יהדות החרדית מיט'ן אנקום פון די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לגנזי מרומים פון דעם גרויסן גדול און מרביץ תורה, ממעתיקי השמועה, גודר גדר ועומד בפרץ, הגאון האדיר רבי דוד מיכאל שמידל זכר צדיק לברכה לאנגיעריגער יושב ראש פון אגודת אתרא קדישא און ראש כולל ישיבת טבריא - קוממיות, וועלכע האט נארוואס משיב געווען נשמתו ליוצרה בשיבה טובה אין טיפן עלטער פון צוויי און ניינציג יאר. די אבידה איז א פע


הילד איננו: טראגישע פטירה פון הילד אליהו טרייצקי ע"ה אייניקל פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך נאכן זיך דערשטיקן
דינסטאג פ' אחרי קדושים • ד' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש א שווערע טראגעדיע האט נעכטן מאנטאג באטראפן די חרדישע קהילה אין די קרית ספר געגנט אין מודיעין עילית מיט די טראגישע אומקום פון א קליין יונגל אליהו טרייצקי ע"ה בלויז צוויי אלט, אן אור אור אייניקל פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות נאכן זיך דערשטיקן אין פלעיגרופ. שוין א גאנצע וואך וואס ער האט זיך געפונען אין א באוואוסטלאזע צושטאנד, בעת די דאקטוירים אין שפיטאל האבן געקעמפט אויף זיין לעבן, ליי


אשת חבר: הרבנית חנה אסתר טווערסקי ע"ה אלמנת הרה"צ ר' זאב טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא נפטר געווארן בשיבה טובה
זונטאג פ' אחרי קדושים • ב' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז די נאכט מוצאי שבת קודש נפטר געווארן בשיבה טובה הרבנית הישישה מרת חנה אסתר טווערסקי ע"ה, אלמנת הרה"צ רבי וועלוול טווערסקי זצ"ל מראחמיסטריווקא, זון פון הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכע האט זוכה געווען צו א שיבה טובה גרייכענדיג 92 יאר, און לאזט איבער א הערליכע דור בנין וחתנין אדמו"רים, רבנים ומורי הוראה. די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שטאט וויען - עסטרייך אין יאר תרצ"ה, אלס די


בד"ה: נפטר געווארן הרבנית בריינדל לאה כהנא ע"ה מזידיטשוב ספינקא; טאכטער פון האדמו"ר מטשאקאווא זצ"ל
דאנערשטאג פ' טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת: פון ירושלים עיר הקודש קומט אן די בשורה קשה איבער די פטירה פון הרבנית הצדקנית מרת בריינדל לאה כהנא ע"ה, אלמנת כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב ספינקא הרה"צ רבי צבי הירש כהנא זצ"ל, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטשאקווא זצ"ל בעל דברי נפתלי, וואס איז נפטר געווארן נאכן מיטמאכן שווערע יסורים ומכאובים, אין עלטער פון בלויז 65 יאר. די נפטרת איז געבוירן געווארן אין ירושלים אלס דער צווייטער קינד צו איר פאטער די טשאקאווא רבי, יושב ראש


בד"ה: הרה"ח ר׳ שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה משב"ק אדמור"י בית מודזיץ אריבער 40 יאר
מיטוואך פ' טהרה • כ"ח ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארווייטאגטע געפילן האבן הונדערטער חסידי מודזיץ און פילע תושבי בני ברק אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי די לוויה פונעם פיליעריגער גבאי אין די מודזיצער הויף הרב החסיד המפורסם ר' שמואל יצחק פייניגשטיין ע"ה, וועלכער האט געהאט די זכי' צו דינען אלס געטרייער משמש בקודש ביי דריי דורות פון די שולשולתא קדישא לבית מודזיץ, אנגעהויבן בשנות צעירותו ביי כ"ק האדמו"ר בעל אמרי אש ממודזיץ זצ"ל, דערנאך ביי כ"ק אדמו"ר בעל נחלת דן ממודזיץ זצ"ל וועם


ספרא דמלכא: הגה"ח הישיש ר' נפתלי לעבאוויטש ז"ל כותב התורות ביי הרה"ק מסאטמאר זי"ע נפטר געווארן בשיבה טובה
דינסטאג פ' צו • י''ג ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם היינטיגן דינסטאג יום בדיקת חמץ האבן תלמידי וחסידי סאטמאר באגלייט למנוחת העולמים איינס פון סאטמארס שענסטע פני העדה ה"ה הגאון החסיד הישיש בנש"ק רבי נפתלי לעבאוויטש ז"ל, תורה שרייבער פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, וואס איז נעכטן אויפדערנאכט נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין עלטער פון 92 יאר. מיט די פטירה פון רבי נפתלי ז"ל ווערט איבערגעריסן א בריק צום אמאל, א דמות פון א פארצייטישע איד, א איד וואס האט זוכה געווען ליצוק מים על ידיו פון גדול


טרויער נאך פטירה פון הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל חדב"ן הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל
דאנערשטאג פ' צו • ח' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה לא טובה איבער די פטירה פון האי גאון וצדיק פאר מקדושים הגה"צ רבי פנחס יהודה לובינסקי זצ"ל, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי אברהם שלמה מלעלוב זצ"ל וועלכער איז יעצט נאכמיטאג אין ארץ ישראל נפטר געווארן לחיי העולם הבא אין בלויזן עלטער פון 65 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל. הרה"צ רבי פנחס זצ"ל איז געבוירן געווארן חודש טבת תשכ"א אין אנטווערפן צו זיין פאטער הרה"צ רבי יוסף ניסן לובי


האד' מגור באזוכט אין אשדוד נאך עטליכע יאר צוליב לוויה פון אשת גיסו הגה"ח ר' דוב ווייץ שליט"א
מאנטאג פ' צו • ה' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפאנעם וואך מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין ירושלים אויפן וועג קיין אשדוד, זיך צו באטייליגן ביי די לויה פונעם שוועגירן מרת ווייץ ע"ה אשת גיסו הרב החסיד ר' דוב ווייץ שליט"א. אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי ארויף צום שטוב פון גיסו הרב דוב ווייץ, ווי דער רבי איז געשטאנען אויף די טעראסע און מיטגעהאלטן די הספדים וואס זענען געזאגט געווארן דארט אויפן פארטש. צווישן די מספידים


טרויער ביי תלמידי וחסידי ברסלב נאך פטירה פון המשפיע הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זצ"ל
זונטאג פ' צו • ד' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פארקלעמטע הערצער און שווערע געמיטער ווערט אויפגענומען ביי טויזנטער תלמידי וחסידי ברסלב די ביטערע בשורה איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, מפארי וזקני המשפיעים אין ק"ק ברסלב, הגה"צ רבי נתן ליבערמענש זכר צדיק לברכה, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין אויסגעלאטערטע נשמה אין עלטער פון אכט און אכציג יאר לדאבון לב תלמידיו שומעי לקחו וכל בית ישראל. רבי נתן איז געווען פון די אויסגערופענע רבנים ומגדולי המשפיעים אין די


תושבי קרית קאשוי באגלייטן למנוחות הגה"צ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי
דאנערשטאג פ' ויקרא • א' ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש הונדערטער אידן איינוואוינער פון קרית קאשוי און תלמידי ומעריצים האבן דעם דינסטאג באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי וועלכער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה לדאבון לב תלמידי בית קאשוי אומעטום וכל בית ישראל. אום דריי אזייגער נאכמיטאג איז די מיטה אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד הגדול אין קרית קאשוי וואו עס זענען געהערט געווארן א רייע הספדים, דברי קינה ונהי צום ערש


תורה תורה חגרי שק: הגה"צ חו"פ רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי נפטר געווארן
דינסטאג פ' ויקרא • כ''ח אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה קשה איבער די הסתלקות פון הגה"צ חסידא ופרישא רבי יוסף יהושע העשיל בלום זצ"ל גאב"ד קרית קאשוי וואס איז נסתלק געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר נאך א קורצע קרענק ל"ע, צום גרויס באדויער פון גאנץ כלל ישראל און במיוחד די תושבים אין קרית קאשוי בעדפארד היללס וואו דער פרייליכער זמן פון חודש אדר איז צושטערט געווארן ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן דעם גאון וצדיק וואס האט פארשיי


איש חסיד היה: אנטווערפן באוויינט פטירה פון הרה"ח המפו' מוה"ר אליעזר ליפשיץ ז"ל מקורב ביי צדיקי בית פשעווארסק
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברוך דיין האמת, די חרדישע אנטווערפן און בפרט חצר הקודש פשעווארסק האט היינט געליטן א שווערן פארלוסט מיט די פטירה פון איינעם פון די פארי ופני העדה, הרה"ח המפואר ר' אליעזר ליפשיץ ז"ל, וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר, צום באדויער פון די גאנצע קהלה אין שטאט. דער נפטר ז"ל איז געבוירן געווארן אין אנטווערפן צו זיין טאטן הרה"ח ר' שמעון ליפשיץ ז"ל וועלכער האט געשטאמט פון דורי דורות ראזוואדובער


טרויער בעולם החסידות נאך הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין זצ"ל
פרייטאג פ' כי תשא • י"ז אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס צער און טיפן טרויער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה על סילוקו של צדיק, מזקני וחשובי האדמורי"ם אין אמעריקא, חסידא ופרישא פאר מקדושים, כ"ק אדמו"ר מאוסטראוו קאלושין הגה"צ רבי דוד שפיגל זצ"ל פון סידערהויסט, וועלכע האט יעצט אינדערפרי משיב געווען נשמתו הטהורה ליוצרה אין עלטער פון ניינציג יאר. דער רבי זצ"ל איז געבוירן געווארן כ"ב אייר תרצ"ו אויפן אמעריקאנער באדן אין בראנקס, אלס דער בן זקונים צו זיין גרויסן טאטן הרה"צ רבי פ


דרכי ציון אבילות: פילע טויזנטער ביי לוויה פון הגאון רבי יעקב מענדל יוראוויטש זצ"ל לאנגיעריגער חבר ביד"ץ העדה החרדית
זונטאג פ' כי תשא • י"ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, שלום קרויס,JDN טויזנטער אידן האבן נעכטן במוצאי מנוחה שווארץ געמאכט די גאסן פון ירושלים עיה"ק אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר דעם שר וגדול בישראל און עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי יעקב מנחם מענדל יוראוויטש זצ"ל, חבר ביה דינא רבה העדה החרדית, וואס איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה בעצם יום השבת קודש. דער מסע הלוויה האט זיך אנגעהויבן פארנט פון די בניני העדה החרדית ביי "כיכר זופניק", דאס ארט וואו דער גאון זצ"


תושבי מאנטריאל געזעגענען זיך ביי מסע הלוויה פון הגה"צ רבי אשר גרינפעלד זצ"ל אבד"ק וויזניץ מאנטריאל
דאנערשטאג פ' תצוה • ט' אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט שווערע געפילן האבן מאסן תושבי מאנטריאל, חסידים ואנשי מעשה באגלייט למנוחות און אפגעגעבן דעם כבוד האחרון ביי דער גרויסער לוויה פון הגאון הצדיק רבי אשר גרינפעלד זצ"ל, רב דחסידי וויזניץ אין מאנטריאל. דאס ביהמ"ד אמרי חיים אין מאנטריאל איז געווען איבערגעפילט עד אפס מקום פון די תושבי העיר וועלכע זענען געקומען באוויינען דעם געהויבענעם געשטעל וואס האט באשיינט די שטאט באור תורתו וצדקתו. בראש המלווים האבן זיך אנגעזען


bottom of page
