top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברוך דיין האמת: נפטר געווארן הרבנית קאפלאן ע"ה איינציגע טאכטער פון הגרמ"ד הלוי סולובייציק זצ"ל ראש ישיבת בריסק

  • Bechatzros admin
  • 31 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 1 באפר׳

מאנטאג פ' ויקרא • ב' ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית מרת הענדל קאפלאן ע"ה, אשת חבר הגאון ר' נחמיה קאפלאן שליט"א ראש ישיבת שער התלמוד, און בתה היחידה פון הגאון האדיר רבי משולם דוד הלוי סולוביציק זצ"ל ראש ישיבת בריסק.


די רעבעצין איז געווען יארן לאנג די עזר בקודש ביים ראש ישיבה שליט"א, און אלס איינציגע טאכטער פון איר גרויסן פאטער די בריסקער ראש ישיבה איז זי געוועהן דער עקרת הבית אין שטוב, און ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס האט זיך אויסגעפעלט אין שטוב, כדי איר פאטער זאל קענען מרביץ תורה זיין מיט הרחבת הדעת.


יאהרן לאנג האט די נפטרת געדינט אלס דער קעכערין אין די בריסקער ישיבה אויפן פארלאנג פון איר פאטער די ראש הישיבה, היות וואס מען האט אין בריסק מקפיד געוועהן אויף פילע חומרות בכשרות המאכלים און מעשרות, וואס די נפטרת איז געוועהן געוואוינט פון שטוב.


דעם לעצטן זוממער איז די רעבעצען פלוצלינג אוועקגעפאלן אין שטוב, לאנגע חדשים איז זי ליידער געלעגן על ערש דווי, און אצינד איז זי נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, אין עלטער פון אכט און זעכציג יאר, איבערלאזנדיג איר מאן דער ראש ישיבה שליט"א און א הערליכע דור פון חשובע קינדער און אייניקלעך.


די לוויה קומט פאר היינט בשעה 11:00 ביינאכט, פארנט פון איר שטוב אויף רחוב יוסף זיו אין ירושלים, און זי וועט קומען לקבורה אויפן הר המנוחות, נעבן איר גרויסן פאטער דער גאון זצ"ל.

תגובות


bottom of page