זקן שבכהונה: נפטר געווארן הרה"ח ר' מאיר יעקב ראזענגארטן ע"ה זקן חסידי באבוב בארה"ק
- Bechatzros admin
- 16 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 17 במרץ
זינטאג פ' ויקהל • ט"ז אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אבד חסיד מן הארץ: מיט גרויס צער האבן חסידי באבוב בארץ הקודש בעצם יום הפורים באגלייט למנוחת הרה''ח המפואר ר' מאיר יעקב הכהן ראזענגארטן זכרונו לברכה, זקן חסידי באבוב בארץ הקודש וואס איז נפטר געווארן בפניא דמעלי שבתא אין טיפן עלטער פון 96 יאר לדאבון חסידי באבוב איבער די וועלט.
ר' מאיר יעקב איז געבוירן אין קאנאדא בשנת תרפ''ט צו זיין פאטער הרה''ח ר' מענדל ראזענגארטן ע"ה מחשובי חסידי באבוב, אום חודש אדר שנת תש''ו באלד נאך וואס הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ''ל האט באטרעטן דעם אמעריקאנעם באדן האט ער זיך מדבק געווען מיט א קשר נפשי און התבטלות יתירה צו מורו ורבו און האט שוין די ערשטע פורים תש"ו - בלויז געציילטע טעג נאך וואס דער באבובער רב איז אנגעקומען קיין אמעריקע - עולה געווען על שולחן מלכים און געזינגען אויפן טיש, א חזקה וואס ער האט אנגעהאלטן אין די שפעטערע יאהרן. ער איז יענעם ערשטן פסח מיטגעפארן קיין מילוואקי מיטן באבובער רב ז"ל, און חודש אלול שנת תש''ו ווען דער בעל דברי שלמה האט מייסד געוועההן די ערשטע באבובער ישיבה על אדמת אמעריקע איז ר' מאיר יעקב געוועהן צווישן די ערשטע פיר תלמידים און האט אלע יארן אנגעהאלטן דעם שטארקן קשר אמיץ.
בשת תשכ''ט איז ער ארויף געפארן וואוינען אין ארץ ישראל אינאיינעם מיט זיין פאטער ר' מענדל ע"ה ווי ער איז אלע יארן געווען פון די פני העדה אין בני ברק און האט עוסק געווען בצרכי סת''ם, מיטן גאנצן חסידישע טראגע זייענדיג א מוסטער ווי אזוי א פארצייטישע חסידישע איד פירט זיך אויף.
אין די לעצטע צוואנציג יאר איז ער ווייטער געוועהן אדוק ומקושר מיט א הכנעה יתירה צו מורו ורבו יבלחט''א כ''ק אדמו''ר מבאבוב שליט''א און האט זיך נישט גערירט אן די הסכמה פונעם רב שליט"א. שטענדיג איז ער געווען גרייט צו טוהן רצון קדשו מיט א געטריישאפט און איז געווען אין כסדר'דיגע טעלעפאנישע פארבינדונג.
אין די לעצטע יארן איז ער געווען שוואך און איז אנגעגאנגען מיט זיין סדר היום בדעה צלולה, ביים לעצטן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין ארץ ישראל, חודש כסליו שנת תשפ''ג איז דער רב ארויף אויף א באזוך צו ר' מאיר יעקב ז"ל אין בני ברק. אין זיינע לעצטע טעג האט ער האט געהאט די זכיה צו רעדן טעלעפאניש מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א, זייענדיג בדעה צלולה ביזן לעצטע מינוט. דעם ליל פורים נאכן הערן די מגילה איז ער נפטר געווארן לדאבון לב משפחתו ומכיריו און גאנץ בית באבוב.
די לויה איז ארויס פון ביהמ"ד באבוב אויף רחוב חזון איש אין בני ברק און דערנאך ביים ביהמ''ד באבוב אויף רחוב חגי אין ירושלים. ער איז געקומען לקבורה הארט פארן זמן כניסת השבת אויפן גאליציאנער חלקה במרומי הר הזיתים.
Comentarios