שרידה לדור דעה: מרת הינדא גאטליב ע"ה טאטכער פון האדמו"ר רבי חיים יעקב מקאמארנא זצ"ל נפטר געווארן אין עלטער פון 102
- Bechatzros admin
- 8 במאי
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 8 במאי
דאנערשטאג פ' אחרי קדושים • י' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת, אין ירושלים איז נעכטן נפטר געווארן הרבנית הישישה בת קדושים מרת הינדא גאטליב ע"ה פון ירושלים טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק המפורסם רבי חיים יעקב מקאמארנא זי"ע זייענדיג אין טיפן עלטער פון 102 יאר.
די נפטרת איז געבוירן חודש סיון תרפ"ג אין שטאט אונגוואר אין סלאוואקיי צו איר פאטער די קאמארנא רבי זצוק"ל וואס האט געצויגן א הערליכע יחוס צו צדיקי בית קאמארנא ולמעלה בקודש, און צו איר מוטער די רעבעצין וועלכע איז געווען א טאכטער פון הגה"צ רבי יצחק פלאם זצ"ל מקארטשין אליינס א גרויסן יחסן, מגזע הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא, הרה"ק רבי שלמה מלוצק, הרה"ק רבי שמואל אהרן מקארטשין זי"ע און נאך קדושי עליון.
אויף א וואונדערליכן אופן איז די נפטרת אינאיינעם מיט אירע עלטערן ארויסגעפארן קיין אמעריקא א קארצע תקופה איידער די אויסברוך פונעם מלחמה. זייענדיג דעם שריד ופליט פון די הייליגע משפחה איז דער רבי זצ"ל אויפגענימען געווארן נאכן קריג אלס ממשיך שלשלת הקודש לבית קאמרנא.
שפעטער אין יאהר תשכ"ב זענען זיי ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים, ווי דער רבי ז"ל האט אנגעפירט זיין בית מדרש און הויף אין די גאולה געגענט, ביז צו זיין פטירה בשנת תשל"ט.
בהגיעה לפרקה האט זי חתונה געהאט מיט איר גרויסן מאן הרב הגאון רבי עקיבא משה גאטליב זצ"ל נשיא ישיבת רבינו חיים יוסף אין ירושלים, מגזע היחוס צום סטראפקובער רב הגה"ק רבי חיים יוסף גאטליב זצוק"ל בעל טיב גיטין וקידושין, און צו הגה"ק רבי עקיבא יוסף שלעזינגער זצ"ל בעל לב העברי, איידעם פון הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זי"ע.
מיט איר פטירה איז איבערגעריסן געווארן איינע פון די לעצטע בריקן וואס האבן פארבינדן דעם היינטיגן דור מיט די פריערדיגע. פון איר פאטער'ס משפחה זענען פארבליבן בלויז צוויי געשוויסטער, איר ברודער יבדלחט"א הרה"צ רבי יהושע סאפרין האדמו"ר מקאמרנא מאנהעטן, און איר שוועסטער הרבנית רובין אלמנת הרה"צ רבי נפתלי רובין זצ"ל. די נפטרת איז געוועהן א מומע פון אלע אדמורי"ם שליט"א לבית קאמארנא.
די רעבעצין איז געווען אויסגעצייכנט מיט איר געוואלדיגע כיבוד אב, און אלס א בעלת חסד מופלגת. זי פלעגט מחזק זיין צובראכענע הערצער, און פלעג כסדר דערציילן הערליכע זכרונות פון דער אלטער היים וואס זי האט מיטגעלעבט פון אלס קינד, און האט דאס ווייטער איבערגעגעבן פאר'ן קומענדיגן דור, זי האט איבערגעלאזט א דור ישרים מבורך קינדער און אייניקלעך יראי השם.
נעכטן מיטוואך, ערב יומא דהילולא פון איר גרויסע זיידעס הרה"ק בעל היכל הברכה מקאמארנא, און הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זי"ע האט זי אויסגעהויכט איר נשמה ליוצרה בשיבה טובה. די לוויה איז ארויס פון בית הלויות שמגר צום הר הזיתים ווי זי איז געקומען לקבורה בחלקת אבותיה במעמד פון די בני המשפחה, ובראשם כ"ק האדמורי"ם לבית קאמארנא שליט"א.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים







תגובות