top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שוד ושבר: הרה"ח ר' מרדכי זאפיר ע"ה טראגיש אומגעקומען אין שרעקליכע עקסידענט נאך וויזניצער חתונה אין מאנסי

  • Bechatzros admin
  • 5 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 6 במרץ

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


שוד ושבר בגבולנו: א שרעקליכע עקסידענט האט פאסירט די נאכט נאך די וויזניצער חתונה אין מאנסי וואס האט טראגיש געקאסט דאס לעבן פון א חשובע וויזניצער חסיד, הרה"ח ר' מרדכי זאפיר ע"ה מחשובי חסידי וויזניץ קייאמישע, 55 יאהר אלט, זיין זוהן א זיבעצן יעריג בחור געפונט זיך נאך אין א קריטישע געזונט צושטאנד.


די עקסידענט האט פאסירט אויף די רוט 17 אין אפסטעיט ניו יארק, אויפן וועג אהיים קיין גיבבערס נאך די חתונה די נאכט בשמחת בית וויזניץ מאנסי - וויזניץ קייאמישע וואס איז פארגעקומען אין שטאט מאנסי, ווען א שנעל פארבייפארנדע קאר האט מיטאמאל אריינגעקראכט אין די אידישע קאר, דער קאר האט זיך איבערגעדרייט אויף די זייט פון די ראוד אלס רעזולטאט פון די עקסידענט, צודרוקט און צושמעטערט אויף א שוידערליכע פארנעם.


די ערשטע הילף האבן נאך א לענגערע צייט באוויזן ארויסצוראטעווען די דרייווער הרה"ח ר' מרדכי ע"ה ליידער נישט בין החיים, זיין זיבעצן יעריגער זוהן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישע געזונט צושטאנד, דער צווייטער נישט אידישע דרייווער איז אויך געשטארבן אינעם עקסידענט.


די לוי' וועט ארויסגיין שפעטער אין טאג ביים ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי, צום וויזניצער בית החיים אין שטאט.


ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו ושנמע ונתבשר בשורות טובות.

Kommentare


bottom of page