top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב דעם חול המועד באגלייט למנוחות הנגיד החסיד ר' דוד שארף ע"ה מגדולי תומכי בית באבוב

  • Bechatzros admin
  • 21 באפר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מוצאי יום טוב פסח • כ"ב ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

חסידי באבוב האבן דעם חול המועד באגלייט למנוחת עולמים אחר מיטתו פון הרבני הנגיד הישיש ר' דוד שארף ע''ה מגדולי תומכי מוסדות באבוב בכל אתר ואתר וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא, אין טיפן עלטער פון 92 יאר.


ר' דוד איז נאך געבוירן אינעם אלטן היים אין פולין צו זיין פאטער הרה''ח המפואר ר' אליהו שארף ז"ל מחשובי חסידי באבוב, אלס קליין קינד האט ער נאך זוכה געוועהן צו זעהן הרה''ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.


ר' דוד ז"ל און זיינע אלע ברודער זענען נאכן קריג פארבליבן אדוק ומקושר קיין באבוב, און זענען אלע געווען אויסגערופענע תומכים פונעם באבובער הויף. ר' דוד האט מנדב געווען די ערשטע בנין אין בארא פארק, דער בנין פון ביהמ''ד הישן "בנין שארף" וואס איז נקראת לשמו ולזכותו. אלע יארן איז ער געשטאנען לימינו פון הרה''ק בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע און שפעטער ביי יבלחט''א כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א, צו וועם ר' דוד און זיינע ברודער זענען  צוגעשטאנען מיט א זעלטענע געטריישאפט כעבדא קמיה מריה און האבן זיך געלאזט קאסטן שווערע מיליאנען אויפצובויען די קהילות ומוסדות ברחבי תבל, ובפרט קרית באבוב ומוסדותיה אין ארץ ישראל ווי דער נפטר ר' דוד אינאיינעם מיט זיין עלטערע ברודער ר' לייבוש ע''ה האבן געגאסן ריזיגע געלטער.


ער האט געקויפט זכותים אדירים אין די בתי מדרשות תלמודי תורה און ישיבות קדושות, ועל כולם האט ער אפגעקויפט די הויפט שער ביים בנין התלמוד תורה הענקי אין בארא פארק וואס איז נתחנך געווארן פאריאהר, ועל שמו יקרא 'שער יהודה לייבוש ודוד שארף'.


ר' דוד האט זוכה געווען צו אריכות ימים בצלילות הדעת, דעם דינסטאג ב' דחול המועד איז ער נפטר געווארן לחיי העולם הבא. די לוויה איז ארויס פארנט פון ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק אין שפיץ פון כ''ק אדמור מבאבוב שליט''א, וועלכער האט מלווה געוועהן די מיטה אין שפיץ פון הונדערטער חסידים.

תגובות


bottom of page