top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תורה חגרי שק: הגאון רבי זאב בערלין זצ"ל ראש ישיבת גאון יעקב חתנו כבנו פון מרן הגראי"ל שטיינמאן זצ"ל

  • Bechatzros admin
  • 9 במרץ
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 9 במרץ

זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

שר וגדול נפשל בישראל. מיט גרויס צער טוען אצינד פילע טויזנטער בני תורה באגלייטן למנוחות דעם גרויסן גדול און מרביץ תורה לאלפים, הגאון האדיר, רבי זאב בערלין זצ"ל, ראש ישיבת גאון יעקב, וועלכער איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 83 יאר נאכ'ן ליידן פון א פארצויגענע מחלה מיט שווערע יסורים.


דער גאון זצ"ל איז געווען א תלמיד פון די גדולי ראשי ישיבות אין בריסק, און איז אויסגעקליבן געווארן אלס חתן ביים גדול הדור הגאון האדיר רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן זצ"ל. אלס אינגערמאן אין יאהר תשל"ח האט ער מייסד געוועהן די ישיבה גאון יעקב אינאיינעם מיט זיין גרויסן שווער, און פון יענעם טאג אן האט ער באוויזן אויפצושטעלן טויזנטער תלמידים בדרך ישראל סבא.


דער ראש ישיבה הגאון רבי זאב זצ"ל איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגן גדלות בתורה און הנהגה. זיינע שיעורים זענען געוועהן א שם דבר, מיטן זיין אייגנארטיגע דרך הלימוד אויף די ישיבה'שע שיטת הלימוד מיט די בריסקער חריפות.


בנוסף פלעג ער יעדן פרייטאג צונאכטס איבערגעבן די חומש שיעור ווי עס איז געוועהן איינגעפירט אין בריסק, באגלייט מיט דברי מוסר והשקפה. אין די זוממער שבתים פלעג ער פארלערנען א טיפזיניגע שיעור אין ספר מנחת חינוך וואס איז געווארן מיטגעהאלטן דורך פילע לומדים מופלגים צווישן זיי דער שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל.


זיינע שיעורים און חידושי תורה זענען צוזאמגענומען געווארן אין די סעריע ספרים 'פירורים משולחן גבוה', ארויסגעגעבן דורך די תלמידי הישיבה.


ער לאזט איבער נאך זיך א הערליכע דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן , מרביצי תורה ויראה, צווישן זיינע שוואגער ציילן זיך הגאון רבי שרגא שטיינמאן נשיא ישיבת ארחות תורה, און הגאון רבי משה שטיינמאן שליט"א.


וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

תגובות


bottom of page